1 Peter 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
כֵּיפָא א4

ד דערפאר, ווי רבי מֵלך המָשיח האָט געליטן אין דעם פלייש, אַזוי זאָלט איר זיך אויך בּאַוואָפענען מיט דעם זעלבּן מחשבה; ווייל דער, וואָס האָט געליטן אין דעם גוף, האָט ענדיקן מיט חטא [גלט' 5:24; קורא 9:27]; 2 כּדי נישט מער צו לעבּן לויט די תּאוות פון בני אדם, נאָר לויט דעם רָצון ה' די נאָך איבּערגעבּליבּענע צייט אינם גוף. 3 וואָרעם עס איז שוֹין גענוּג, אַז אין דער פאַרגאַנגענער צייט, האָבּן מיר האָט געטאָן דעם באַגער פוּן די אוּמוֹת [נישט ארטאדאקסיש יידיש אֶמוּנה], און האָט געלעבּט אין דרכי זמה און תַּאוות און שכרוּת און הוֹללוּת און נִשְפֵי שְתִיָּה און עבודה זרה. 4 איבּערדעם וואוּנדערן זיי זיך, וואָס איר לויפט נישט מיט זיי [די אוּמוֹת] אין דעם זעלבּן שלייַם פוּן פאַרדאָרבּנקייט, ווען זיי רעדן לָשון-הָרע פוּנוועגן אייך [און אייער ארטאדאקסיש יידיש אֶמוּנה, הַדֶּרֶך ה', זען מהש 9:2; 29-19:25]; 5 זיי וועלן אָבּער אָפּגעבּן דִין-וחֶשבּון דעם, וועלכער איז אָנגעבּרייט צוּ מִשפּטן די חַיִּים און די מֵתִים. 6 ווייל צוּליבּ דעם איז די בּשׂוּרת הגאוּלָה אָנגעזאָגט געוואָרן אַפילו צוּ די מֵתים [זען תסלא 18-4:13], כּדי זיי זאָלן געמִשפּט ווערן אין דעם פלייש ווי בני אדם, אָבּער לעבּן לויט ווי ה' אין דעם רוּחַ. 7 דער קץ אָבּער פוּן אַלעם האָט גענעענט; זייט דערפאר פון צְלִילוּת דַעַת און כּבּוּש היצר למען אייער דאַווענענדיק . 8 קודם כל זאָלט איר האָבּן אַ שטאַרקע אַהֲבַה איינער פאַר דעם אַנדערן; ועל כל פּשָעִים תכסה אַהֲבַה [זען משלי 10:12]. 9 זייט גאסטפריינטלעך מיט הכנסת אורחים איינער דעם אַנדערן אָן געמוּרמל; 10 דינט איינער דעם אַנדערן, לויט דער מַתָּנה, וואָס יעדער האָט בּאַקוּמען, ווי גוּטע מְנַהַל-מֶשֶק-בַּיִת פוּן דעם פילפאַכן חֵן וחֶסֶד ה'. 11 אויבּ עמיצער טוּט רעדן, זאָל ער רעדן ווי סע וואָלט געווען אַ נבוּאה פוּן ה'; אויבּ עמיצער טוּט דינען, זאָל ער דינען ווי פוּן דעם חֹזֶק, וואָס ה' גיט, כּדי אין אַלצדינג זאָל ה' פאַרהערלעכט ווערן דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, לו הכבוד והעֹז לעולמי עולמים. אמן. 12 חברים, גלייך ווי סע וואָלט אייך געטראָפן עפּעס אַ פרעמדע זאַך, וואוּנדערט אייך נישט בּנוֹגֵע דעם פייַעריקן נסָיון וואָס קוּמט אויף אייך, כּדי אייך צוּ פּרוּאוון ווי א נסיון. 13 נייערט פרייט אייך, אויף וויפל איר האָט אַ חֵלֶק אין יסוּרים פון רבי מֵלך המָשיחַ, כּדי איר זאָלט אייך אויך פרייען בּיי דער הִתְגַּלּוּת פוּן זיין כבוד מיט אַ גרויסער שִׂמְחָה. 14 אויבּ איר ווערט געזידלט צוליבּ דעם נאָמען פוּן רבי מֵלך המָשיחַ [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8], איז וואויל אייך; ווייל דער גייסט פוּן כבוד און דער גייסט פוּן ה' רוּט אויף אייך. 15 נאָר זאָל קיינער פוּן אייך נישט ליידן ווי אַ רוֹצֵחַ, אָדער אַ גַנב, אָדער אַ רָשע, אָדער ווי איינער וואָס איז מִתְעָרֵב. 16 נאָר אויבּ איינער ליידט ווי אַ משיחיסט, זאָל ער זיך נישט שעמען, נאָר זאָל ער אין דעם דאָזיקן נאָמען פאַרהערלעכן ה'. 17 ווייל סע איז שוין צייט, אַז דאָס משפּט זאָל זיך אָנהויבּן פון בֵּית ה'; און אויבּ פון אונדז קודם כל, וואָס וועט זיין דער סוֹף פוּן די, וואָס געהאָרכן נישט די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן ה'? 18 און אויבּ דער צַדיק ווערט קוים געראַטעוועט, וואוּ וועט אַהינקוּמען דער רָשע און חוטא? 19 על-כּן, זאָלן אויך די, וועלכע ליידן יסוּרים לויט דעם רָצון ה', איבּערענטפערן זייערע נשָמות צוּ אַ געטרייען יוֹצֵר, ווען זיי טוּען גוּטס.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Peter 3
Top of Page
Top of Page