1 Thessalonians 5
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
תֶּסָּלא5

ה און וואָס שַייך די צייטן און זמַנים, אַחִים במשיח, דאַרפט איר נישט, אַז מען זאָל שרייבּן צו אייך. 2 וואָרעם איר אַליין ווייסט גאַנץ גענוי, אַז דער יוֹם ה' יָבוֹא ווי אַ גַנב אין דער לַיְלָה. 3 בּשעת מען וועט זאָגן : שָלום וְשַלווה, וועט דעמאָלט פּלוצלונג קוּמען אויף זיי זייער חוּרבּן, ווי די ווייֵען אויף אַ קימפּעטאָרין; און זיי וועלן בּשוּם-אוֹפן נישט אַנטרינען. 4 איר אָבּער, אַחִים במשיח, זענט נישט אין דער חֹשֶךְ, אַז דער יוֹם זאָל אייך איבּערראַשן ווי אַ גנב; 5 וואָרעם אַלע זענט איר בּני הָאוֹר, און בּני הָיוֹם; מיר זענען נישט פון הַלַיְלָה, אויך נישט פון החֹשֶךְ; 6 דערפאר לאָמיר נישט שלאָפן, ווי די אַנדערע, נאָר וואַכן און זיין ניכטער. 7 וואָרעם די, וואָס שלאָפן, שלאָפן אין דער לַיְלָה; און די, וואָס זענען שִיכּור, זענען שִיכּור אין דער לַיְלָה. 8 נאָר ווייל מיר זענען פוּן דעם יוֹם, לאָמיר זיין ניכטער, לאָמיר זיך אָנטאָן דעם חֹשֶן [זען שמות 28:15] פוּן [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה און אַהֲבָה, און פאַר אַ כּוֹבַע [זען ישעיהו 59:17] די תִּקְוָה פוּן [ארטאדאקסיש יידיש] ישוּעת אלוקינו. 9 ווייל ה' האָט אוּנדז נישט בּאַשטימט צו זַעַם [זען רומ' 1:18], נאָר צום דערווערבּן ישוּעת אלוקינו דוּרך אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 10 וועלכער איז געשטאָרבּן פאַר אונזערטוועגן, כדי צי מיר וואַכן אָדער מיר שלאָפן, זאָלן מיר לעבּן אינאיינעם מיט אים. 11 טרייסט זשע זיך און בּויט אויף אייענר דעם אַנדערן, ווי איר טוּט עס אויך. 12 מיר בּעטן אייך אָבּער, אַחִים במשיח, אַז איר זאָלט קענען די, וועלכע בּאַמיען זיך צווישן אייך, און זענען אייערע מנהיגים אין הָאָדוֹן, און רעדן צו אייך דברי מוסר, 13 און אַז איר זאָלט זיי צוטיילן פיל כבוד מיט אַהֲבָה צוליבּ זייער עבודת קודש, האָט שָלום צווישן זיך. 14 און מיר זענען אייך מַזהיר, אַחִים במשיח, איר זאָלט וואָרנען די אוּמאָרנטלעכע, שטאַרקן די ווייֵכ-האַרציקע, אונטערלענען די שוואַכע, זיין גרויסמוטיק לגבּי אַלעמען. 15 זעט אַז קיינער זאָל קיינעם נישט פאַרגעלטן רַע פאַר רַע, נייערט זוּכט תָּמיד צוּ טאָן דאָס גוּטע איינער פאַר דעם אַנדערן און פאַר כל בני אדם. 16 זייט תָּמיד פריילעך, 17 זייט דאווענען אָן אויפהער; 18 זאג ברוך ה' פאַר אַלצדינג; וואָרעם דאָס איז דער רָצון ה' פאַר אייך אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 19 לעשט נישט דעם רוּחַ-הַקוֹדֶש; 20 פאַראַכט נישט נבואות זאָגן; 21 פּרוּאווט אויס אַלצדינג, האַלט פעסט דאָס, וואָס איז טוֹב; 22 דערווייַטערט אייך פוּן רַע אין יעדער געשטאַלט. 23 און דער אלוקים פוּן שָלום אַליין זאָל אייך הייליקן בִּשלֵימות; און זאָל אייער רוּחַ און נפש און גוּף אָפּגעהיטן ווערן אָן אַ מום בּיי דעם ווידערקומען פון אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 24 געטריי איז דער, וועלכער רופט אייך, וועלכער וועט עס אויך טאָן. 25 אַחִים במשיח, זייט דאווענען תפילות פאַר אוּנדז. 26 דרישת שלום צו אַלע אַחִים במשיח מים אַ הייליקן קוּש. 27 איך בּאַשווער אייך בּיי הָאָדוֹן, אַז דער דאָזיקער אגרת [הקודש] זאָל געלייענט ווערן פאַר אַלע אַחִים במשיח .28 דער חֶסֶד פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע זאָל זיין מיט אייך
.
THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Thessalonians 4
Top of Page
Top of Page