1 Timothy 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
טימא

טימא1

א רַב שָאוּל, אַ שלִיח פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע לויט דעם געבּאָט פון ה' גואֲלֵנו, און פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע תִּקוָתֵנוּ, 2 צוּ טִימוֹתֵיאוֹס, בְּנִי הָאֲמִתִּי אין דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה : חֶסֶד, רַחמים, און שָלום ה' פון אלוקים הָאָב, און פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אֲדוֹנֵנוּ. 3 ווי איך האָבּ דיך געבּעטן צוּ פאַרבּלייבּן אין אֶפֶסוֹס, ווען איך בּין געגאַנגען קיין מָקֵדוֹנְיָה, כּדי דוּ זאָלסט בּאַפעלן געוויסע בני אדם, נישט צוּ לערנען קיין אַנדערע תּוֹרה, 4 און זיך נישט צוּ פאַרנעמען מיט בָּבא-מעשות [זען סנהדרין 65ב, גולם] און יִחוס-בּריוו אָן אַ סוף, וואָס פירן צו וויכוחים מער ווי צו אויפבּויאוּנג אין ה' דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה. 5 דער תַכלית אָבּער פוּן דער [אויפבּויאוּנג אין ה'] מצווה איז אַהֲבָה פוּן אַ לבֵ טָהוֹר און אַ גוט געוויסן און אַן [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה אָן צבִיעות; 6 פוּן וועלכע אייניקע האָבּן אָפּגענייגט און זיך געקערט צו פּוסטע רייד, 7 ווילנדיק זיין רבנים, הַגַם זיי פאַרשטייען גאָרנישט, נישט וואָס זיי זאָגן, נישט וואָס זיי בּאַהויפּטן. 8 מיר אָבּער ווייסן, אַז די תּוֹרה איז גוט, אויבּ איינער בּאַנוּצט זי לויט דער תּוֹרה [זען די עשׂרת הדיברות וועט אַרעסטירן איר און נעמען איר אין קאַסטאַדי. מִשְפַּט-מָוֶת לָאִיש הַזֶּה וועט זיין דיין פּסק-דין. די עשׂרת הדיברות איז אַן אַרעסט-באַפֿעל פֿאַר דיין אַרעסט און טויט. למשל, עשׂרת הדיברות ב מִשְפַּט-מָוֶת לָאִיש הַזֶּה (שמות 32:28). עשׂרת הדיברות ג מִשְפַּט-מָוֶת לָאִיש הַזֶּה (ויקרא 16-24:10). עשׂרת הדיברות ד מִשְפַּט-מָוֶת לָאִיש הַזֶּה (דברים 21-21:18). עשׂרת הדיברות ה מִשְפַּט-מָוֶת לָאִיש הַזֶּה (במדבר 36-15:32). עשׂרת הדיברות ו מִשְפַּט-מָוֶת לָאִיש הַזֶּה (בראשית 9:6). עשׂרת הדיברות ז מִשְפַּט-מָוֶת לָאִיש הַזֶּה (דברים 22-22:13; ויקרא 20:13; דברים 24-22:23; ויקרא 20:10). עשׂרת הדיברות ח מִשְפַּט-מָוֶת לָאִיש הַזֶּה (יהושוע 26-7:1). געדענק עָכָן דער גנב? עשׂרת הדיברות ט מִשְפַּט-מָוֶת לָאִיש הַזֶּה (במדבר 13:1; 37-14:36). געדענק די 10 שקרנים וואס ברענגען אַ דִּבַּת הָאָרֶץ וועגן די טוֹבָה הָאָרֶץ? עשׂרת הדיברות י מִשְפַּט-מָוֶת לָאִיש הַזֶּה (במדבר 36-16:1). געדענק קורח ווער האט לחמוד את הכּהונה? די עשׂרת הדיברות איז אַן אַרעסט-באַפֿעל פֿאַר דיין אַרעסט און טויט, מַחמת אַלע האָבּן געזינדיקט און זענען בְּנֵי-מָוֶת פארמשפט. פֿאַר מיר אַלע, ווי דוד המלך, האָבן חטא קדמון יצר הרע זינד פון אונדזער אָנהייבּ (תהלים 51:7). אַז איז וואָס מיר האָבן די נייטיקייט: אַ נייַ אָנהייבּ, תשובה און הִתְחַדְּשׁוּת נייַ געבורט. און אונדזער תמורה, משיח, רבונו של עולם וועט זען, און מֵעֲמַל נַפְשׁוֹ יִרְאֶה, ישׂבָּע, בְּדַעְתּוֹ יַצְדִּיק צַדִּיק עַבְדּי (יהושע/ישוע, זכריה 3:8; 12-6:11) לָרַבִּים וַעֲוֹנֹתָם הוּא יִסְבֹּל (ישעיהו 53:11).], 9 וויסנדיק דאָס דאָזיקע, אַז די חֹק איז נישט פאַר דעם צדיק [זען גלט' 5:23], נייערט פאַר די אוּמגערעכטע און סוֹררים, פאַר די רשעים און בּעלי עבֵירה, פאַר די טמאים און אוּמווערדיקע, פאַר פאָטער-מערדערס און מוּטער-מערדערס, פאַר רוֹצחים, 10 נוֹאפים, פאַר האָמאָסעקסוּאַליסטן, פאַר שקלאַפן-הענדלער, פאַר ליגנערס, פאַר פאַלש-שווערערס, און וואָס נאָר עס איז להיפּך צו דער געזוּנטער לערנוּנג, 11 לויט דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן כָּבוֹד פוּן ה' הַמְבֹרָך וועלכע איז מיר [רַב שָאוּל] אָנפאַרטרויט געוואָרן. 12 איך זאג ברוך ה', צו אים, וועלכער האָט מיך געמאַכט מיט כֹּחַ, רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אֲדוֹנֵנוּ, ווייל ער האָט מיך געהאַלטן פאַר נֶאֱמָן, בּאַשטימענדיק מיך צו משיחיסט רַבָּנוּת פון משיח, 13 הַגַם איך בּין פריער געווען אַ לעסטערער, און אַ רוֹדֵף (פאַרפאָלגער), און אַן עַזות-פָּנים. דאָך האָט ער זיך דערבּאַרעמט אויף מיר, ווייל איך האָבּ עס געטאָן נישט וויסנדיקערהייט [זען במדבר 31-15:30] אין אוּמגלויבּן [פעלנדיק התחדשוּת, זען יוחנן 3:3]; 14 און דער חֶסֶד פוּן אֲדוֹנֵנוּ האָט זיך זער פיל געמערט אין מיר מיט [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה און אַהֲבָה, וואָס איז אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 15 בּאַגלויבּט איז דאָס דָּבָר, און רָאוּי אינגאַנצן אָנגענומען צו ווערן, אַז רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע איז געקוּמען אין דער עוֹלם הַזֶּה אַריין צו ראַטעווען אין ישועת אלוקינו חוטאים, פוּן וועלכע איך בּין דער ערשטער. 16 דאָך צוּליבּ דעם האָט ער אויף מיר רחמנות געהאַט, כּדי אין מיר קודם כל זאָל רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע אַרויסווייַזן זיין גאַנצע סבלנות, פאַר אַ בּייַשפּיל פאַר יענע, וועלכע וועלן שפּעטער גלויבּן אין אים צוּם חַיֵּי עלום. 17 אָבּער דעם מֵלך פון אייבּיקייט, דעם אוּמפאַרדאַרבּלעכן, אוּמזיכטבּאַרן, דעם איינציקן אלוקים, זאָל זיין כָּבוד און הערלעכקייט לעוֹלמֵי עולמים. אָמֵן. 18 דאָס דאָזיקע געבּאָט לייג איך פאַר דיר, בְּנִי טִימוֹתֵיאוֹס, לויט די נבואות, וואָס זענען פריער געגאַנגען אויף דיר, אַז דוּרך זיי דו זאָלסט תלחם המלחמה הטובה, 19 האָבּנדיק [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה און אַ גוט געוויסן, וועלכעס אייניקע האָבּן אוועקגעשטויסן פוּן זיך און געליטן שיפבּרוך בּנוֹגֵע דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה; 20 צווישן וועלכע איז הִימֵנֵאוּס און אַלֶקסַנדֶר, וועלכע איך האָבּ איבּערגעגעבּן צו הַשָׂטָן, כּדי זיי זאָלן לערנען נישט צוּ לעסטערן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Thessalonians 3
Top of Page
Top of Page