1 Timothy 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
טימא2

ב איך בּין דערפאר מזהיר אַז, קוֹדם-כָּל, תְּחִנּוֹת, תּפִילות, בַּקָשות, און הוֹדָיוֹת, זאָלן געטאָן ווערן פאַר אַלע בני אדם, 2 פאַר מלָכים און אַלע, וואָס זענען דערהויבּן, כּדי מיר זאָלן פירן אַ שטיל [זען שלום בית שטיל, טימא 2:12] און רואיק לעבּן אין פולער חֲסִידוּת און ערלעכקייט. 3 דאָס דאָזיקע איז גוט און אָנגענוּמען פאַר ה' גואֲלֵנו, 4 וועלכער וויל, אַז אַלע בני אדם זאָלן געראַטעוועט ווערן אין ישועת אלוקינו און קוּמען צוּ דער דַּעַת פוּנעם אֶמת. 5 וואָרעם פאַראַן איז אלוקים אחד, און איין מֵליץ [הַמְתַוֵּךְ] צווישן ה' און המין האנושי, הָאָדָם רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 6 וועלכער האָט געגעבּן זיין נֶפש [ישעיהו 53:10] פאַר אַן אויסלייזונג גְאוּלָה כֹּפֶר פאַר אַלע; דאָס עֵדות-זאָגן דערפון זאָל געגעבּן ווערן אין דער רעכטער צייט [זען דניאל 27-9:24]. 7 צוּליבּ דעם בּין איך בּאַשטימט געוואָרן אַלס מבַשׂר כָּרוֹז דרשן און משיחס שלִיח -- איך זאָג דעם אֶמת און נישט קיין שקר -- אָ רַבָּנִי מוֹרֶה פוּן די אוּמוֹת-העולם אין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה און אֶמת. 8 דערפאר וויל איך, אַז די מענער זאָלן דאווענען תפילות אויף יעדן אָרט, אויפהויבּנדיק יָדַיִם טְהוֹרוֹת, אָן צאָרן און געצאַנק. 9 אויך אַזוי די פרויען זאָלן זיך צירן מיט בּאַשיידענער קליידוּנג, מיט שעמעוודיקייט און צנִיעות; נישט מיט קיין געפלאָכטענע האָר, אָדער זָהָב, אָדער פּערל, אָדער טייערע מַלבּוּשים [זען טימא 5:15], 10 נאָר מיט מַעשׂים-טובים, ווי סע פּאַסט פאַר פרויען, וואָס דערקלערן זיך פאַר יראת-שמים און פרוּם [זען טימב 3:6; טימא 5:6]. 11 זאָל אַן אִשָּה לערנען שטילערהייט [זען שטיל, טימא 2:2,12] מיט אונטערטעניקייט שְלֵמָה [זען טימא 3:4, הַמִּין הַנָּשִי און שלום בית און רביצין בּיישפּיל]. 12 און איך גיבּ נישט קיין אִשָה רשוּת צו לערנען מיט השתלטות איבּער דעם אָדָם [זען טימא 5-3:4], נאָר צו זיין שטיל, 13 וואָרעם אָדָם איז צום ערשט בּאַשאַפן געוואָרן, שפּעטער חַוָה; 14 און אָדָם האָט זיך נישט געלאָזט פאַרפירן, נאָר די אִשָה, לאָזנדיק זיך פאַרפירן, איז געקומען צו אַן עבירה; 15 הַמִּין הַנָּשִי וועט אָבּער דערלייזט ווערן [פעלנדיק עבירה, זען בראשית 3:6; 3:16] דורך געבּוירן יְלָדים, אויבּ זיי וועלן בּלייבּן אין דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה און אַהֲבָה און קדוּשה מיט צנִיעות [זען קורא 11:5; מהש 21:9; טימא 5-3:4; 2:9].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Timothy 1
Top of Page
Top of Page