2 Corinthians 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורב4

ד דערפאר, בַּחֶסֶד האָבּנדיק אָט די דאָזיקע שרוּת, די דאָזיקע כְּחֻנָּה, ווערן מיר נישט פאַרצווייפלט. 2 נאָר מיר האָבּן זיך אָפּגעזאָגט פוּן די פאַרבּאָרגענע זאַכן פוּן בּוּשה, ווייל מיר לעבּן נישט אין עָרְמָה, אויך פעלשן מיר נישט דאָס דָּבָר ה', נייערט דוּרך דער מְגַלִּים פוּן דעם אֶמת פאַרלויבּן מיר זיך פאַר דעם מצפּוּן פוּן יעדן בּני אדם פאַר ה'. 3 און אויבּ אַפילו אוּנדזער בּשׂוּרת הגאוּלָה איז פאַרהוילן, איז זי פאַרהוילן פון די, וואָס ווערן פאַרלוירן, 4 בּיי וועמען דער אֵ-ל הָעוֹלָם הַזֶּה האָט פאַרבּלענדט די מוֹחות פוּן די אוּמגלויבּיקע, כּדי דאָס ליכט פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן דער כבוד פון מָשיחַ, וואָס איז דאָס דְמוּת פוּן ה', זאָל נישט אויפגיין איבּער זיי. 5 וואָרעם מיר דַרשענען נישט זיך אַליין, נאָר רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע אַלס הַאָדוֹן [פון הַשָמים והָאָרץ], און אוּנדז אַליין ווי אייערע עבדים צוליבּ יהושע/ישוע. 6 מחמת עס איז ה', וועלכער האָט געזאָגט: זאָל אַרויסשייַנען אוֹר [זען בראשית 1:3] פוּן חֹשֶךְ, וואָס האָט אַרייַנגעלויכטן אין אוּנדזערע לְבָבוֹת, כּדי צוּ געבּן אוֹר פוּן דער דַּעַת פוּן דעם כבוד ה' אין דעם פָּנים פוּן מָשיחַ [זען ישוע שר הפּנים אין מחזור ראש השנה ויום הכפורים כמנהג ספרד, ארטאדאקסיש יידיש ביבל, זייט 1227]. 7 מיר אָבּער האָבּן דעם דאָזיקן אוֹצר אין ערדענע כֵּלים, כּדי די איבּערמאָסיקע מאַכט זאָל זיין פוּן ה' און נישט פוּן אוּנדז אַליין. 8 פון אלע זייטן ווערן מיר געדריקט, דאָך נישט דערדריקט; צעמישט, דאָך נישט בּיז ייִאוּש; 9 גערוֹדֶפט, דאָך נישט פאַרלאָזט; אַנידערגעוואָרפן, דאָך נישט אוּמגעבּראַכט; 10 מיר טראָגן בּאַשטענדיק אַרוּם אין דעם לייַבּ דאָס שטאַרבּן פוּן יהושע/ישוע [זען רומ' 8:13; 6:10], כּדי אויך דאָס חַיים פוּן יהושע/ישוע זאָל אַנטפּלעקט ווערן אין אוּנדזער גוף. 11 וואָרעם מיר, וואָס לעבּן, זענען תָּמיד איבּערגעענטפערט צוּם מָוֶת צוליבּ יהושע/ישוע, כּדי אויך דאָס חיים פוּן יהושע/ישוע זאָל אַנטפּלעקט ווערן אין אוּנדזער שטאַרבּלעכן לייבּ. 12 און דערפאר ווירקט דער מָוֶת אין אוּנדז, אָבּער דאָס חַיים אין אייך. 13 און ווייל מיר האָבּן דעם זעלבּן רוּחַ הקודש פוּן אֶמוּנה, לויט ווי סע שטייט געשריבּן : איך האָבּ געגלויבּט, דערפאַר האָבּ איך גערעדט [זען תהלים 116:10], און דערפאר גלויבּן מיר אויך, און אַזוי מיר רעדן, 14 ווייל מיר ווייסן, אַז דער, וואָס האָט אויפגעוועקט הָאָדוֹן יהושע/ישוע פון די טויטע, וועט אויך אוּנדז אויפוועקן צוזאַמען מיט יהושע/ישוע, און שטעלן אוּנדז מיט אייך. 15 וואָרעם אַלץ איז פוּן אייַערטוועגן, כּדי דער חֶסֶד, וואָס ווערט פארגרעסערט דוּרך דעם רַבּים, זאָל פאַרמערן דעם שבח צוּם כָּבוד ה'. 16 דערפאר ווערן מיר נישט פאַרצווייפלט; און הַגַם אוּנדזער אָדָם חִיצוֹנִי ווערט פאַרדאָרבּן, ווערט אָבּער אוּנדזער אָדָם פְּנִימִי בּאַנייַט פוּן יוֹם צוּ יוֹם. 17 וואָרעם אוּנדזער לייכטע און צייטווייליקע בּאַדריקונג ווירקט פאַר אוּנדז, מער און מער איבּער דער מאָס, א משא פון כְּבוֹד עוֹלָמִים; 18 ווייל מיר קוּקן נישט אויף די זאַכן, וואָס ווערן געזען, נאָר אויף די, וואָס ווערן נישט געזען; וואָרעם די זאַכן, וואָס מען זעט, זענען צייַטווייליק; אָבּער די זאַכן, וואָס מען נישט זעט, זענען לעוֹלָמִים.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Corinthians 3
Top of Page
Top of Page