2 Peter 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
כֵּיפָא ב3

ג דאָס איז שוין דער 2טער אגרת [הקודש, זען כיפא א 5:14-1:1], אֲהוּבַי, וואָס איך שרייבּ צוּ אייך; און אין בּיידע פוּן זיי איך דערוועק דורך אַ תזכורת אייער לויטערן פארשטאַנד; 2 כּדי איר זאַלט געדענקען די דברי תּוֹרה, וואָס זענען פריער גערעדט געוואָרן דוּרך די נבִיאים הקדוֹשִים, און דאָס מצוה פוּן [רבי מלך המשיח] הָאָדוֹן וְהַגוֹאֵל דוּרך אייערע שלִחים. 3 קודם כל, זאַלט איר האבּן דַּעַת פון דאָס דאָזיקע, אַז אין די אחרית הימים וועלן קוּמען לֵצים מיט זייער ליצָנות, וואָס גייען נאָך זייערע אייגענע תַּאוות, 4 און וועלן זאָגן : וואוּ איז די הַבטָחה פוּן זיין קוּמען [בִּיאַת הַמָשִיחַ]? וואָרעם זינט די אָבות [זען מהש 3:13] זענען אַנטשלאָפן געוואָרן, איז אַלץ געבּליבּן ווי בּיים אָנהייבּ אָן פוּן ששת-ימי-בראשית. 5 וואָרעם בּכיוון פאַרגעסן זיי דאָס דאָזיקע, אַז די הימלען זענען געווען פוּן פאַרצייטן, און אַן ערד, וואָס האָט זיך דוּרך דעם דָּבָר ה' געפוּרעמט פוּן דעם מַיִם און דוּרך דעם מַיִם; 6 וואָס דוּרך זיי איז די תֵבֵל, וואָס איז דעמאָלט געווען, איז אונטערגעגאַנגען אין אַ מַיִם פון מבּול. 7 די הימלען אָבּער, וואָס זענען איצט, און די ערד, זענען דוּרך דעם זעלבּן דָּבָר ה' אויפגעהיט געוואָרן פאַר דעם אֵש, וואָס איז בּאַהאַלטן געוואָרן אויף דעם יוֹם-הַדין און דער פאַרדאַרבּוּנג פוּן די רשָעים. 8 פאַרגעסט אָבּער נישט דאָס איינע, אֲהוּבַי, אַז איין יוֹם איז בּיי ה' ווי 1,000 יאָר, און 1,000 יאָר ווי איין יוֹם [תהלים 90:4]. 9 ה' זוימט זיך נישט מיט זיין הַבטָחה, ווי עטלעכע רעכענען פאַרזאַמוּנג; נייערט איז געדוּלדיק קעגן אייך, ווייל ער וויל נישט, אַז עמיצער זאָל פאַרלוירן ווערן, נייערט, אַז אַלע זאָלן קוּמען צוּ תּשוּבה. 10 אָבּער דער יוֹם ה' וועט קוּמען ווי אַ גַנב; און וועלן די הימלען פאַרגיין מיט אַ גרויס רַעש, און די יסוֹדות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים, וואָס זענען אויף איר, וועלן פאַרבּרענט ווערן. 11 היות ווי אַלע די דאָזיקע זאַכן וועלן אַזוי אויפגעלייזט ווערן, וואָסערע מִינים מענטשן דאַרפט איר זיין אין אַ לעבּן פון קדושה און חֲסִידוּת, 12 ווען איר דערוואַרט און בּאַגערט שטאַרק דאָס קוּמען פוּן דער יוֹם ה', וואָס דוּרך אים וועלן אויפגעלייזט ווערן די הימלען אין אֵש, און די יסוֹדות צעשמאָלצן ווערן אין בּרענענדיקער היץ? 13 מיר אָבּער וואַרטן, לויט זיין הַבטָחה, אויף שמים חדשים און אויף האֶרֶץ חֲדָשָה, וואוּ סע וואוינט צֶדֶק [זען דניאל 9:24; ישעיהו 65:17]. 14 על-כּן, אֲהוּבַי, היות איר דערוואַרט די דאָזיקע זאַכן, זאָלט איר זיך פלייסן געפוּנען ווערן אין שלום אָן אַ פלעק און אָן אַ מוּם פאַר אים [זען שמות 12:5; ויקרא 22:20; ישיעה 53:7,9]. 15 און רעכנט די געדוּלדיקייט פוּן אֲדוֹנֵנוּ ווי ישוּעת אלוקינו, אַזוֹיווי אויך אוּנדזער בּאַליבּטער אָח במשיח רַב שָאוּל [זען מהש 9:1; זען רומ', קורא, קורב, גלט', אפס', פיל', קול', תסלא, תסלב, טימא, טימב, טיט', פילמ'] האָט אייך געשריבּן, לויט דער חָכמה, וואָס איז אים געגעבּן געוואָרן, 16 ווי אויך אין אלע זיינע אגרת [הקודש], ווען ער רעדט אין זיי פוּנוועגן די דאָזיקע זאַכן. פאַראַן אין זיי עטלעכע זאַכן וואָס זענען שווער צוּ פאַרשטיין, וואָס די נבערים און נישט יציבים פאַרדרייען, ווי זיי טוּען אויך די איבּריקע כתבי הקדש, צוּ זייער אייגענער פאַרדאַרבּוּנג. 17 איר אָבּער, אֲהוּבַי, וויסנדיק דאָס פוּן פריער, זאָלט זיך אָפּהיטן, טאָמער וועט איר, ווען איר ווערט אַוועקגעטראָגן מיט דעם טָעות פוּן די רשָעים, פאַלן פוּן אייער אייגענער יציבות. 18 נייערט וואַקסט אין דעם חֶסֶד און דער [אמונה ראטעווען די נפש] דַּעַת פוּן אֲדוֹנֵנוּ און גוֹאֲלֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. לו הכבוד גם עכשו גם ליום עולם. אָמֵן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Peter 2
Top of Page
Top of Page