2 Thessalonians 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
תֶּסָּלב2

ב און מיר בּעטן אייך, אַחִים במשיח, וועגן בְּביאַת הַמָּשִיחַ, דעם קוּמען פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, און אוּנדזער פאַרזאַמלען זיך בּיי אים, 2 אַז איר זאָלט זיך נישט לאָזן גיך בּאַוועגן אין אייער פאַרשטאַנד, און אויך נישט דערשראָקן ווערן, סיי דוּרך אַ גייסט, אָדער דוּרך אַ דָּבָר, אָדער דוּרך אַן אגרת, ווי פוּן אוּנדז, גלייך ווי דער יוֹם הָאָדוֹן איז שוין געקוּמען. 3 לאָז קיינער אייך נישט פאַרפירן בּשוּם-אוֹפן: ווייל סע וועט נישט געשען, אחוץ סע וועט קוֹדם כל קוּמען די אָפּקערונג פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, די כְּפִירָה שְמָד, און סע וועט אַנטפּלעקט ווערן דער אִיש הַרֶשַע, דער בֶּן-האבדון [קאָנקורענט משִיחַ, משיח שקר, אַנטי-משיח], 4 דער, וועלכער שטעלט זיך אקייגן און דערהייכט זיך איבּער אַלעם, וואָס מען רופט אלוקים, אָדער וואָס ווערט געדינט, אַזוי, אַז ער זיצט אין דעם הֵיכל פוּן ה', און גיט זיך אַרויס ווי הוא אלוקים. 5 צי געדענקט איר נישט, אַז בּשעת איך בּין נאָך געווען בּיי אייך, האָבּ איך אייך דאָס געזאָגט? 6 און איצט איר ווייסט, וואָס עס האַלט אָפּ, אַז ער [קאָנקורענט משִיחַ, משיח שקר, אַנטי-משיח] זאָל אַנטפּלעקט ווערן אין זיין געהעריקער צייט [זען דניאל 27-9:24]. 7 וואָרעם דער סוֹד פוּן רשעות ווירקט שוין; בּלויז דער, וועלכער שטערט איצט, מוּז אַוועקגענומען ווערן פוּן דעם מיט. 8 און דעמאָלט וועט אַנטפּלעקט ווערן דער רָשע [אַנטי-משיח], וועמען הָאָדוֹן יהושע/ישוע וועט אומבּרענגען מיט דעם אָטעם פוּן זיין מויל, און אים פארניכטן מיט דער הוֹפָעָה [זען טימא 6:14; טימב 1:10; 4:1,8; טיט' 2:13] פוּן זיין קוּמען [ביאת המשיח]; 9 הרשע הזה יבוא בשליחות השטן ובכוחו לויט דער פאַלשע אותות און מופתים , 10 און מיט יעדער פאַרפירערישקייט פוּן אוּמגערעכטיקייט פאַר די, וואָס ווערן פאַרלוירן; ווייל זיי האָבּן נישט מקַבּל געווען די אַהֲבָה פוּן דעם אֶמת, כּדי זיי זאָלן געראַטעוועט ווערן אין ישועת אלוקינו. 11 און צוּליבּ דעם שיקט זיי ה' אַ קרעפטיקן בּאַטרוג, אַז זיי זאָלן גלויבּן דעם שקר; 12 כּדי זיי זאָלן אַלע געמִשפּט ווערן, וועלכע האָבּן נישט געגלויבּט דעם אֶמת, נייערט האָבּן געהאַט אַ וואוילגעפעלן אין אוּמגערעכטיקייט. 13 מיר אָבּער זענען מחוּיב תָּמיד צוּ זאגן ברוך ה' פאַר אייך, אַחִים במשיח בּאליבּטע פוּן הָאָדוֹן; ווייל פון אָנהויבּ אָן האָט אייך ה' אויסדערוויילט צוּ ישוּעת אלוקינו, דוּרך קדוּשה פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש און [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה פוּן דעם אֶמת; 14 צו וועלכער ער האָט אייך בּאַרוּפן דוּרך אוּנדזער בּשׂוּרת הגאוּלָה, צום דערווערבּן די תפארת פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 15 על-כּן, אַחִים במשיח, שטייט פעסט, און האַלט די מסורת הזקני עדת בני ישראל פון דרך ה', די טראַדיציעס, וועלכע איר זענט געלערנט געוואָרן, סיי דוּרך אונזער דָּבָר, אָדער דוּרך אגרת [הקודש] פוּן אוּנדז. 16 און אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע אַליין, און ה', אלוקים אבינו, וועלכער האָט אוּנדז ליבּ געהאַט און אוּנדז געגעבּן אייבּיקע נחמה און גוּטן בּטָחון דוּרך חֶסֶד, 17 זאָל טרייסטן אייערע לְבָבוֹת און אייך שטאַרקן אין פלערליי מעשים טובים און יעדן גוטן וואָרט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Thessalonians 1
Top of Page
Top of Page