Acts 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible

מהש2

ב און ווען די 7 שַבָּתים זענען דערפילט געוואָרן אין דעם יוֹם פוּן שבוּעות, זענען זיי געווען כל צוּזאַמען אין איין אָרט [זען ויקרא 16-23:15]. 2 און מיטאמאל, פּלוּצים, איז געקוּמען פוּן שָמַיִם אַ רַעש ווי קוֹל פון אַ מַשָב, אַ געוואַלדיקן שטורמווינט, און האָט אָנגעפילט דאָס כָּל הַבַּיִת, וואוּ זיי זענען געזעסן. 3 און עס האָבּן זיך בּאַוויזן צוּ זיי די אֵש איז געווען צעטיילט צווישן יעדער פון זיי, און האָבּן זיך געזעצט אויף אַחַת אַחַת עַל כָּל אֶחָד אויף זיי. 4 און זיי זענען כל געוואָרן אָנגעפילט מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און האָבּן אָנגעהויבּן צוּ רעדן מיט אַנדערע לשוֹנות [מרק' 16:17 בִּלשוֹנוֹת חֲדָשוֹת יְדַבְּרוּ], ווי דער רוּחַ הַקוֹדֶש האָט זיי געגעבּן צוּ רעדן. 5 און עס האָבּן געוואוינט אין ירוּשָלַיִם פרום חֲרֵדִי ייִדן, ירֵאי-שָמַיִם, פוּן יעדער אוּמה אוּנטערן הימל. 6 און ווען דער דאָזיקער קול (פוּן דעם רַעש) איז געהערט געוואָרן, איז דער המון עם זיך פאַרזאַמלט און איז פאַרטוּמלט געוואָרן, ווייל יעדער איינער האָט זיי געהערט רעדן אין זיין אייגענעם לָשון! 7 און זיי זענען כל מתפעל און נִשתּוֹמם געוואָרן, און האָבּן געזאָגט: אָט זעט, צי זענען דען נישט אַלע די דאָזיקע, וואָס רעדן, מענטשן פון גלִיל? 8 און וויאַזוי איז עס אַז מיר הערן זיי, יעדער איינער אין אוּנדזער אייגענעם לָשון, אין וועלכן מיר זענען געבּוירן געוואָרן? 9 די פוּן פָּרַס און מָדַי, און עֵילָמער, און די תוֹשָבֵי אַרַם-נַהֲרַיִם, פוּן יהוּדה און קַפָּאַדוֹקְיָה, פוּן פּוֹנְטוֹס און אַסְיָה, 10 פוּן פְרִיגְיָע און פַּמְפִילְיָע, פוּן אֶרֶץ מִצרַיִם און די טיילן פון ליבּיע אַרוּם קִירֶנְיָה, און די געקומענע פוּן רוים, ייִדן און גֵרים, 11 קרעטער און אַראַבּער, מיר הערן זיי [מענטשן פון גלִיל] רעדן אין אוּנדזערע לשוֹנות די גְּדֻלּוֹת פוּן ה'. 12 און זיי זענען כל נִשתּוֹמם געוואָרן און צוטומלט, און האָבּן געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: וואָס זאָל דאָס בּאַטייַטן? 13 נאָר אַנדערע האָבּן געשפּעט, און געזאָגט: זיי זענען פוּל מיט זיסן וויין. 14 אָבּער כֵּיפָא האָט זיך אויפגעשטעלט מיט די 11, און האָט אויפגעהויבּן זיין קוֹל, און צוּ זיי געזאָגט: אֲנָשִים יהוּדים, און איר כל, וואָס וואוינט אין ירוּשָלַיִם, זייט דאָס וויסן, און נייגט אייערע אויערן צו מיינע דברים. 15 מחמת די דאָזיקע זענען נישט שִיכּור, ווי איר מיינט, ווייל עס איז איצט בּלויז די דריטע שָעה פוּן טאָג; 16 נאָר דאָס דאָזיקע איז דאָס, וואָס איז געזאָגט געוואָרן דוּרך יוֹאֵל הַנָבִיא: 17 וְהָיָה בְאַחֲרִית הַיָמִים, נְאֻם אֲדֹנָי, אֶשְפוֹךְ אֶת־רוחִי עַל־כָל־בָשָר וְנִבְאו בְנֵיכֶם ובְנוֹתֵיכֶם; בַחוּרֵיכֶם חֶזְיוֹנוֹת יִרְאוּ וְזִקְנֵיכֶם חֲלֹמוֹת יַחֲלֹמון. 18 וְגַם עַל עֲבָדַי וְעַל שִפְחוֹתַי בַיָמִים הָהֵמָה אֶשְפֹךְ אֶת־רוחִי וְנִבְאוּ. 19 וְנָתַתִי מוֹפְתִים בַשָמַיִם מִמַעַל וְאוֹתוֹת בָאָרֶץ מִתַחַת, דָם וָאֵש וְתִמְרוֹת עָשָן. 20 הַשֶמֶש יֵהָפֵךְ לְחֹשֶךְ וְהַיָרֵחַ לְדָם לִפְנֵי בּוֹא יוֹם ה' הַגָדוֹל וְהַנוֹרָא 21 וְהָיָה כָל אֲשֶר־יִקְרָא בְשֵם אֲדֹנָי יִמָלֵט [יוֹאל 5-3:1]. 22 אַַנְשֵי יִשׂרָאל, הערט אויס די דאָזיקע דברים: יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת, אַן אִיש, בּאַוויליקט פוּן ה' פאַר אייך דוּרך גבוּרות, און נִסים און אוֹתוֹת, וועלכע ה' האָט געטאָן דוּרך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אַליין. 23 דעם דאָזיקן יהושע/ישוע, וואָס איז הוּסְגַּר און איבּערגעגעבּן געוואָרן לויט דער פאָרויסבּאשטימטן עֵצה פון ה' און פון זיין פריערדיק וויסן, האָט איר, דוּרך דער האַנט פוּן רשָעים, אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ בֶּן דָוִד] און געהַרגעט; 24 אים האָט ה' אויפגעוועקט, אויפלייזנדיק אים פון די יסוּרים פוּן מָוֶת [טויט], ווייל עס האָט נישט געקענט זיין, אַז דורך מָוֶת זאָל רבּי מֵלך המשיח געהאַלטן ווערן. 25 ווייל דָוִד המלך זאָגט פוּנוועגן רבי מֵלך המשיח: שִוִיתִי ה' לְנֶגְדִי תָמִיד, כִי מִימִינִי בַל־אֶמוֹט. 26 לָכֵן שָמַח לִבִי וַיָגֶל כְבוֹדִי, אַף־בְשָרִי יִשְכֹן לָבֶטַח, 27 כִי לֹא־תַעֲזֹב נַפְשִי לִשְאוֹל, לֹא־תִתֵן חֲסִידְיךָ לִרְאוֹת שָחַת. 28 תוֹדִיעֵנִי אֹרַח חַיִים, שֹבַע שְמָחוֹת אֶת־פָנֶיךָ [תהלים 11-16:8]. 29 אֲנָשִִם אַחִים, לאָזט מיך רעדן צוּ אייך מיט אַ פּתחון-פּה פוּנוועגן דָוִד אָבִינוּ, אַז ער איז נִפְטָר, און מען האָט אים בּאַגראָבּן, און זיין קֵבר איז מיט אוּנדז בּיז אויף היינטיקן טאָג. 30 אָבּער אַזוי ווי ער איז געווען אַ נָביא, און האָט דַעַת, אַז ה' האָט אים צוּגעשוואוירן מיט אַ שבוּעה, אַז פוּן דער פּרוּכט פוּן זיינע לענדן וועט ער זעצן איינעם [צו זיין משיח] אויף זיין כִּסֵא [תהלים 4-89:3; 132:11; שמוּאל ב' 13-7:12; מתי 1:1; לוקס 3:31], 31 האָט ער פאָרויסגעזען און גערעדט פוּן דעם תְחִיַת-הַמֵתִים פון רבי מֵלך המָשיחַ, אַז ער וועט נישט איבּערגעלאָזט ווערן אין שאוֹל, און אויך וועט זיין פלייש נישט זען קיין שָחַת [פאַרדאַרבּוּנג, תהלים 16:10]. 32 דעם דאָזיקן יהושע/ישוע האָט ה' אויפגעשטעלט, פוּן וועלכן מיר אלע זענען עֵדֵי רְאִיָּה. 33 דעריבּער, אזויווי ער איז דערהויבּן געוואָרן צוּ דער רעכטער האַנט פוּן ה', און האָט מקַבּל געווען פוּן דעם אלוקים הָאָב די הַבטָחה פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, האָט ער דאָס אויסגעגאָסן, וואָס איר זעט איצט און הערט [זען מהש 11 7,-2:6]. 34 ווייל דָוִד איז נישט אַרויפגעגאַנגען אין שָמַיִם אַריין, נייערט ער אַליין זאָגט: נְאֻם ה' לַאדֹנִי, שֵב לִימִינִי עַד אָשִית אוֹיְבֶיךָ הֲדֹם לְרַגְלֶיךָ. ה' האָט געזאָגט צוּ אֲדֹנִי: זעץ דיך בּיי מיין רעכטער האַנט, 35 בּיז איך וועל מאַכן דיינע פיינט אַ פוּסבּענקל פאַר דיינע רגלים [תהלים 110:1]. 36 זאָל דעריבּער דאָס כל בֵּית יִשׂרָאל וויסן אויף זיכער, אַז ה' האָט געמאַכט דעם דאָזיקן יהושע/ישוע, וועמען איר האָט אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 23:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ בֶּן דָוִד], פאַר אָדוֹן און פאַר מָשיחַ. 37 און ווי זיי האָבּן דאָס געהערט, האָבּן זיי עס זיך גענומען צום לֵב, און זיי האָבּן געזאָגט צוּ כֵּיפָא און צו די [11] שלִיחים: אֲנָשִִם אַחִים , וואָס זאָלן מיר טאָן? 38 און כֵּיפָא האָט צוּ זיי געזאָגט: טוּט תּשוּבה, און זאָל יעדער פוּן אייך זיך לאָזן מקוה מים געטוֹבלט ווערן אין דעם נאָמען פוּן רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע פאַר דער פאַרגעבּוּנג פוּן אייערע עבירות; און איר וועט בּאַקוּמען די מַתָּנה פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 39 ווייל פאַר אייך איז די הַבטָחה, און פאַר אייערע בּנים, און פאַר כל, וואָס זענען פוּן ווייטן, וועלכע ה' אלוקינו, וועט רוּפן צוּ זיך. 40 און מיט נאָך אַ סך אַנדערע דברים האָט ער עֵדות געזאָגט און זיי מַזהיר געווען, זאָגנדיק: זייט אייך ראַטעוועט זיך [אין די ישועת אלוקינו] פוּן דעם דאָזיקן פאַרקרוּמטן דוֹר. 41 און די, וואָס האָבּן אָנגענוּמען זיין דָּבָר [בּשורת הגאולה], האבּן זיך געלאזט מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן, און עס זענען צוּגעקוּמען יענעם טאג אַן ערך 3,000 נפשות [מאמינים יהודים]. 42 און זיי האָבּן שטענדיק עוסק געווען אין דער תּוֹרה פוּן די שלִיחים [פּנימיות תּוֹרה פון רֶבּי מלך המָשיחַ] און אין זייער חַברוּתא התחברות, אין דעם טישין מיט בּציעת הלֶחֶם [סעודת מָשִיחַ] און אין דאווענענדיק תּפִילות. 43 און אַן אֵימה איז געפאַלן אויף יעדן נפש, און אַ סך נִסים און אותות זענען געשען דוּרך משיחס שלִיחים. 44 און אלע וואָס האָבּן געגלויבּט, זענען געווען צוּזאַמען, און האָבּן אַלץ געהאַט בּשוּתּפות; 45 און זיי האָבּן פאַרקויפט זייער האָבּ און גוּטס, און האָבּן עס צעטיילט צוּ אַלעמען, לויט ווי יעדער איינער האָט זיך גענייטיקט. 46 און טאג אויס טאג איין זענען זיי געווען הִתְמִידוּ מיט לֵב אֶחָד אין דעם בֵּית-הַמִקדש, און זיי האָבּן טישין מיט בּציעת הלֶחֶם בּית צו בּית, און האָבּן געגעסן זייער אֹכֶל מיט שִׂמְחָה און מיט אַן תֹּם לֵב. 47 און אלע האָבּן בּרוּך ה', און האָבּן געפוּנען חֵן בּיים כל העם, און טאג אויס טאג איין הָאָדוֹן מוסיף געווען צו זיי די, וואָס זענען געראטעוועט געוואָרן [אין ישועת אלוקינו].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Acts 1
Top of Page
Top of Page