Ephesians 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
אפס'3

ג צוּליבּ דעם בּין איך, רַב שָאוּל, דער געפאַנגענער פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע פאַר אייך, וואָס זענט פוּן די אוּמות-הָעוֹלם -- 2 אויבּ איר האָט געהערט פוּן דער פאַרוואַלטונג פוּן דעם חֶסֶד ה', וואָס איז מיר געגעבּן געוואָרן פאַר אייַערטוועגן, 3 אַז לויט אַן אַנטפּלעקונג איז מיר נתגלה געוואָרן דער סוֹד, ווי איך האָבּ אייך שוין פריער געשריבּן בּקִיצור [זען אפס' 2:19]. 4 כדי לייענענדיק עס, וועט איר קענען פאַרשטיין מיין השגה אין דעם סוֹד פוּן מָשיחַ, 5 וואָס איז אין אַנדערע דוֹרות נישט נתגלה געוואָרן צו די בני האדם, ווי עס איז איצט אַנטפּלעקט געוואָרן צו זיינע הייליקע שלִיחים און נבִיאים אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש; 6 דעם סוֹד אַז דוּרך דער בּשׂוּרת הגאוּלָה, די אוּמות-הָעוֹלם זענען מיט-יוֹרשים, גלידער פוּן דעם אייגענעם בָּשָׂר, און טיילנעמער פוּן דער הַבטָחה אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 7 פוּן וועלכער בּשׂוּרת הגאוּלָה איך בּין געמאַכט געוואָרן אַ מְשָׁרֵת, לויט דער מַתָּנה פוּן דעם חֶסֶד, וואָס איז מיר געגעבּן געוואָרן פוּן ה', לויט דער ווירקוּנג פוּן זיין גבורה; 8 צוּ מיר, דער קלענסטן פוּן אלע קדוֹשִים, איז דער דאָזיקער חֶסֶד געגעבּן געוואָרן, אָנצוּזאָגן צו די אוּמות-הָעוֹלם די אוּמדערפאָרשטבּאַרע עַשִירות פוּן מָשיחַ, 9 און צוּ מאַכן אַלעמען זען וואָס איז דער תָּכְנִית הָרָז, וואָס איז פוּן אייבּיקייט געווען פאַרהוילן אין ה' בּוֹרֵא הַכֹּל; 10 כּדי איצט זאָל נתגלה ווערן צו די ממשלות און מאַכטן אין די הימלישע מקוֹמות דוּרך דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה די פילפאַכע חַכמה פוּן ה', 11 לויט דער אייבּיקער תָּכְנית, וואָס ער האָט בּאַשלאָסן אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אֲדוֹנֵנוּ, 12 אין וועמען מיר האָבּן דעם פּתחון פּה און דעם צוּטריט מיט בּטחון דוּרך אוּנדזער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה אין אים. 13 דערפאר בּעט איך אייך, אַז איר זאָלט נישט אָפּגעשוואַכט ווערן איבּער מיינע צָרות פאַר אייערטוועגן, וועלכע זענען אייער כבוד [זען רומ' 8:30]. 14 צוּליבּ דעם בּויג איך מיינע קני פאַר אלוקים הָאָב, 15 פוּן וועמען אַלע מִשפָּחות אין שָמַיִם און אויף הָאָרֶץ ווערן אָנגערוּפן, 16 אַז ער זאָל אייך געבּן לויט דער עַשִירות פוּן זיין כָּבוד, אַז איר זאָלט געשטאַרקט ווערן מיט גבוּרה דוּרך זיין רוּחַ הַקוֹדֶש אין דעם אָדָם פְּנִימִי, 17 אַז מָשיחַ זאָל וואוינען אין אייערע לְבָבוֹת דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֱמוּנה, כּדי אַז איר, וואָס זענט אייַנגעוואָרצלט און געגרוּנטפעסטיקט אין אַהֲבָה, 18 זאָלט קענען משיג מיט אַלע קדוֹשִים וואָס איז די בּרייט, און לענג, און הייך, און טיפקייט, 19 און צוּ דערקענען די אַהֲבָה פוּן מָשיחַ, וואָס שטייגט איבּער דַּעַת, כּדי איר זאָלט ווערן פוּל מיט דער גאַנצער פוּלקייט פוּן ה'. 20 און צו אים, וואָס איז בִּיכוֹלת צוּ טאָן פיל מער איבּער אונדזער בּעטן אָדער טראַכטן, לויט דעם כּוֹחַ, וואָס ווירקט אין אוּנדז, 21 צו אים זאָל זיין כָּבוד אין דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה, און אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, בּכָל הַדּוֹרוֹת לעוֹלָם וָעֶד. אָמֵן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Ephesians 2
Top of Page
Top of Page