John 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן2

ב און דעם יום השלישי איז געווען אַ חַתוּנה אין קָנָה פוּן גָלִיל, און אֵם פון רבּי מֵלך המשיח איז דאָרטן געווען; 2 און אויך רבי מֵלך המָשיחַ איז געווען פאַרבּעטן צוּ דער חַתוּנה, מיט משיחס תַּלמידים. 3 און ווען עס האָט אויסגעפעלט וויין, האָט אֵם פון רבּי מֵלך המשיח צוּ אים געזאָגט: זיי האָבּן נישט קיין וויין. 4 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ איר געזאָגט : אִשה, מַה לִּי וָלָךְ [זען בראשית 3:15]? מיין שָעה איז נאָך נישט געקוּמען. 5 זאָגט זיין אֵם צוּ די מְשָרְתִים: וואָס נאָר ער וועט אייך זאָגן, דאָס טוּט [זען בראשית 41:55]. 6 און דאָרטן זענען געשטאַנען 6 שטיינערנע מַיִם-כַּד, לויט דעם ייִדישן מִנהג לְטָהֳרָתָם, און וואָס יעדער איינער האָט געהאַלטן 20 אָדער 30 גאלאנען. 7 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: פילט אָן די כַּדִּים מיט מַיִם. און זיי האָבּן זיי אָנגעפילט בּיז ארויף. 8 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: איצט שעפּט אָן, און טראָגט עס צוּ דעם רֹאש-הַמְּסִבָּה. און זיי האָבּן עס צוּגעטראגן. 9 און ווי דער רֹאש-הַמְּסִבָּה האָט טועם געווען דאָס מַיִם, וואָס איז געוואָרן וויין, און נישט געוואוּסט פוּנוואַנען עס איז געקוּמען - די משרתים אָבּער האָבּן געוואוּסט, מחמת זיי האָבּן אָנגעשעפּט דאָס מַיִם - האָט דער רֹאש-הַמְּסִבָּה גערוּפן דעם חָתן, 10 און צוּ אים געזאָגט: יעדער איינער שטעלט קוֹדם כל הַיַּיִן הַטוֹב, און ווען מען האָט זיך שוין אָנגעטרוּנקען, דעמלט דעם ערגערן; דוּ אָבּער האָסט הַיַּיִן הַטוֹב [פון יידישקייט] געהאַלטן בּיז איצט. 11 דעם דאָזיקן אָנהייבּ פוּן רבּי מֵלך המשיחס נִסים האָט ער געטאָן אין קָנָה פוּן גָלִיל, און האָט אַנטפּלעקט משיחס הערלעכקייט; און משיחס תַּלמידים האָבּן געגלויבּט אין אים. 12 נאָך דעם האָט ער אַראָפּגעגאנגען קיין כּפַר-נַחוּם, מיט אֵם פון רבּי מֵלך המשיח, און זיינע אחים, און משיחס תּלמידים; און זיי זענען דאָרטן פאַרבּלייבּן נישט קיין סך טעג. 13 און דער ייִדישער יום-טוֹב פֵּסח איז געווען נאָענט, און רבי מֵלך המָשיחַ איז עוֹלה-רֶגל געווען קיין ירוּשָלַיִם. 14 און אין דעם בֵּית-הַמִקדש האָט ער געפוּנען יענע, וואָס האָבּן פאַרקויפט בָּקָר און צֹאן און יוֹנים, און די חלפָנים זיצן. 15 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געמאַכט אַ שוֹט פוּן חבלים [זען חוּט המשולש, קהלת 4:12], און האָט אַלעמען אַרויסגעטריבּן פוּן דעם בֵּית-הַמִקדש, מיט די צֹאן און די בּקר; און ער האָט אויסגעשיט דאָס געלט פוּן די חַלפָנים, און איבּערגעקערט זייערע טישן. 16 און צוּ די, וואָס האָבּן פאַרקויפט יוֹנים, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: נעמט די דאזיקע אוועק פונדאנען; מאַכט נישט בֵּית אָבי אַ בֵּית פוּן מִסחר [זען זכריה 14:21]. 17 זיינע תַּלמידים האָבּן זיך דערמאָנט, אַז סע שטייט געשויבּן: קִנְאַת בֵיתְךָ אֲכָלָתְנִי, די קִנאה פוּן דיין בֵּית האָט מיך פאַרצערט [תהלים (9)69:10]. 18 און די ייִדן האָבּן אים געענטפערט, און געזאָגט: וואָסער צייכן [אוֹת] טוּסטוּ אוּנדז ווייזן, פאַר אַז דוּ טוּסט די דאָזיקע זאָכן? 19 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: צעשטערט מיט חֻרְבָּן דעם דאָזיקן הֵיכל, און אין 3 ימים וועל איך אים אויפשטעלן. 20 די ייִדן האבּן דערפאר געזאָגט: 46 יאָר איז דער דאָזיקער הֵיכל געבּויט געוואָרן [דאַטע 27 C.E.], און דוּ וועסט אים אויפשטעלן אין 3 ימים? 21 רבי מֵלך המשיח אָבּער האָט גערעדט פוּן דעם הֵיכל פוּן זיין אייגענעם גוּף. 22 על-כּן, ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אויפגעשטאַנען תּחִיָת-המֵתים, האָבּן זיך משיחס תּלמידים דערמאָנט, אַז ער האָט דאָס דאָזיקע געזאָגט, און זיי האָבּן געגלויבּט אין די כִּתבֵי-הַקוֹדֶש, און אין די דּבר, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט גערעדט. 23 און בּעת ער איז געווען אין ירוּשָלַיִם דעם יום-טוֹב פֵּסח, האָבּן רבים געגלויבּט אין שמוֹ [זען זכריה 12-6:11], זעענדיק זיינע נִסים, וואָס ער האָט געטאָן. 24 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך נישט אָנפאַרטרויט אין זיי, ווייל ער האָט געקענט כל בני אדם, 25 און מחמת ער האָט זיך נישט גענייטיקט אַז עמיצער זאָל עֵדות זאָגן פוּנוועגן בני אדם; מחמת רבי מֵלך המָשיחַ אליין האָט געוואוּסט וואָס ס'איז געווען אין א בן אדם.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 1
Top of Page
Top of Page