John 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן4

ד און ווען דעריבּער הָאָדוֹן [רבּי מֵלך המשיח] האָט זיך דערוואוּסט, אַז די פּרוּשים האָבּן געהערט, אַז ער מאַכט און מקוה מַיִם טובלט מער תּלמידים ווי יוֹחָנָן 2 --הַגַם רבי מֵלך המָשיחַ אַליין האָט נישט מקוה מים געטוֹבלט, נאָר משיחס תּלמידים-- 3 האָט ער פאַרלאָזט אֶרֶץ יהוּדה, און איז ווידער אַוועקגעגאַנגען קיין גָלִיל. 4 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געמוּזט דוּרכגיין דוּרך שוֹמרוֹן. 5 און רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען אין אַן עיר פוּן שוֹמרוֹן, וועלכע מען רופט שְכֶם, נאָענט צוּ דעם שטיק שָׂדֶה, וואָס יַעקֹב האָט געגעבּן צוּ זיין זוּן יוסף. 6 און יַעקֹבס בְּאֵר [בּרוּנעם] איז דאָרט געווען. און אַזוי ווי רבי מֵלך המָשיחַ איז געווען מיד פוּן בַדֶּרֶךְ, האָט ער זיך אזוי אַנידערגעזעצט בּיים בְּאֵר; עס איז געווען אַרוּם דער 6טער שָעה. 7 און קוּמט אַן אִשָּה פוּן שוֹמרוֹן צוּ שעפּן מַיִם; זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ איר: גיבּ מיר צוּ טרינקען. 8 מחמת משיחס תּלמידים זענען אַוועקגעגאַנגען אין דער עיר אַריין צוּ קויפן אֹכֶל. 9 און די שוֹמרוֹנישע אִשָּה האָט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: וויאזוי בּעטסטו, אַ ייד, צוּ טרינקען פון מיר, וואָס איך בּין אַ שוֹמרוֹנישע אִשָּה? מחמת ייִדן האָבּן נישט געהאַט קיין מַגע-וּמַשׂא מיט שוֹמרוֹנים. 10 האָט רבי מֵלך המָשיחַ איר געענטפערט: אויבּ דוּ וואָלטסט געוואוּסט די מַתָּנה פוּן ה' [יוח' 3:16; אפס' 9-2:8], און ווער דאָס איז, וואָס זאָגט צוּ דיר: גיבּ מיר צוּ טרינקען, וואָלטסטוּ געווען געבּעטן בּיי אים, און ער וואָלט דיר געווען געגעבּן מַיִם חַיִּים. 11 זאָגט צוּ אים די אִשָּה: אֲדוֹנִי, דוּ האָסט נישט מיט וואָס אַנצוּשעפּן, און דער בְּאֵר איז טיף; פוּנוואַנען זשע האָסטוּ דאָס מַיִם חיּים? 12 צי בּיסטוּ דען גרעסער ווי יַעקֹב אָבינוּ, וועלכער האָט אוּנדז געגעבּן דעם בְּאֵר, און האָט פוּן אים אַליין געטרוּנקען, און זיינע בָּנִים, און זיינע מִקְנֶה? 13 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט, און צוּ איר געזאָגט: יעדער בן אדם, וואָס טרינקט פוּן דעם דאָזיקן מַיִם, וועט ווידער זיין דאָרשטיק. 14 אָבּער דער, וואָס טוּט טרינקען פוּן דעם מַיִם [זען יוחנן 3:5], וואָס איך וועל אים געבּן, וועט קיינמאָל מער נישט דאָרשטיק ווערן; נייערט דאָס מַיִם, וואָס איך וועל אים געבּן, וועט ווערן אין אים אַ מָקוֹר מַיִם, וואָס קוואַלט אַרויף צוּם חַיֵּי עוֹלם. 15 זאָגט צוּ אים די אִשָּה: אֲדוֹנִי, גיבּ מיר דאָס דאָזיקע מַיִם, כּדי איך זאָל נישט דאָרשטן [זען לוקס 31-16:19], און נישט דאַרפן קוּמען אַהער צוּ שעפּן. 16 זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ איר: גיי, רוּף דיין בַּעַל, און קוּם אַהער. 17 האָט די אִשָּה געענטפערט, און געזאָגט: איך האָבּ נישט קיין בַּעַל. זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ איר: דוּ האָסט ריכטיק געזאָגט: איך האָבּ נישט קיין בַּעַל; 18 מחמת דוּ האָסט געהאַט 5 מענער; און דער, וועמען דוּ דאָסט איצט, איז נישט דיין בַּעַל; דאָס האָסטוּ אֶמת געזאָגט. 19 זאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ די אִשָּה: אֲדוֹנִי, איך זע, אַז דוּ בּיסט אַ נָביא. 20 אבותינו האָבּן זיך געבּוקט (צו אלוקים) אויף דעם דאָזיקן הָר; און איר זאָגט, אַז אין ירוּשָלַיִם איז דאָס מָקום, וואוּ מען דאַרף זיך בּוקן (צו אלוקים). 21 זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ איר: אִשה, גלויבּ מיר, אַז עס קוּמט אַ שָעה, ווען נישט אויף דעם דאָזיקן הָר, נישט אין ירוּשָלַיִם וועט איר זיך בּוקן צוּם אלוקים הָאָב. 22 איר בּוקט זיך צוּ דעם, וועמען איר ווייסט נישט; מיר [יידן] ווייסן יאָ צוּ וועמען מיר בּוקן זיך; ווייל די ישוּעת [אלוקינו] איז פוּן די ייִדן. 23 נאָר סע קוּמט אַ שָעה, און אָט איז שוין איצט, ווען די אֶמֶתע מִתפַּללִים וועלן מִתפלל זיין צוּם אלוקים הָאָב אין רוּחַ הַקוֹדֶש און אֶמת; מחמת דער אלוקים הָאָב זוכט אזִעלכע, וואס זאלן זיין זיינע מִתפַּללִים [תִּשְתַּחֲווּ לַאָב]. 24 ה' איז רוּחַ און די, וואָס בּוקן זיך צוּ אים, מוּזן זיך בּוקן אין רוּחַ הַקוֹדֶש און אין אֶמת. 25 זאָגט די אִשָּה צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: איך ווייס, אַז מָשיחַ (וואָס הייסט געזאַלבּטער) ווען ער וועט קוּמען, וועט ער אוּנדז בּאַשייֵדן אַלצדינג. 26 זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ איר: אֲנִי הוּא, וואָס רעדט מיט דיר. 27 און בּיי דעם דאָזיקן זענען משיחס תַּלמידים אָנגעקומען; און זיי האָבּן זיך געחִידושט, אַז ער רעדט מיט אַ נקֵיבה. דאָך האָט קיינער נישט געזאָגט: וואָס ווילסטוּ? אָדער: פאַרוואָס רעדסטוּ מיט איר? 28 און די אִשָּה האָט איבּערגעלאָזט איר מַיִם-כַּד, און איז אַוועק אין שטאָט אַריין, און געזאָגט צוּ די בְּנֵי אָדָם: 29 קוּמט, זעט אַן אִיש, וועלכער האָט מיר געזאָגט כל, וואָס איך האָבּ געטאָן; איז דאָס נישט אפשר דער רבי מֵלך המָשיחַ? 30 זענען זיי אַרויסגעגאַנגען פוּן דער שטאָט, און זענען געקוּמען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ. 31 דערווייל האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ די תּלמידים געבּעטן, אַזוי צוּ זאָגן: רֶבּי, עס. 32 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: איך האָבּ אֹכֶל צוּ עסן, פוּן וואָס איר ווייסט נישט. 33 משיחס תַּלמידים האָבּן דעריבּער געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: צי האָט אים דען עמיצער געבּראַכט עפּעס צוּ עסן? 34 זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי: מיין אֹכֶל איז, אַז איך זאל טאָן דעם רָצון פוּן אים [ה'], וואָס האָט מיך געשיקט, און צוּ פאַרענדיקן פְּעֻלַּת ה'. 35 צי זאָגט איר דען נישט: נאָך 4 חַדָשים, און עס קוּמט דער קָצִיר? הנה, איך זאָג אייך, הויבּט אויף אייערע אויגן, און זעט די שָׂדוֹת, אַז זיי זענען שוין ווייס צוּם קָצִיר. 36 דער, וואָס שניידט, איז מקַבּל שׂכַר, און זאַמלט איין פֵּירות צוּם חַיֵּי עוֹלם, כּדי דער פאַרזייער און דער שניטער זאלן זיך פרייען צוואמען. 37 ווייל אין דעם דאזיקן פאל איז דאָס שפּריכוואָרט אמת: איינער זייֵט, און אַן אַנדערער שניידט. 38 איך האָבּ אייך געשיקט צוּ שניידן דאָס, איוף וואָס איר האָט זיך נישט געמיִט; אַנדערע האָבּן געארבּעט, און איר זענט אריינגעקומען אין זייער ארבּעט אַריין. 39 און פוּן יענער שטאָט האָבּן א סך פוּן די שוֹמרוֹנים געגלויבּט אין רבי מֵלך המָשיחַ, צוּליבּ דעם דָּבָר פוּן דער אִשָּה, וואָס האָט עֵדות געזאָגט: ער האָט מיר געזאָגט כל, וואָס איך האָבּ געטאָן. 40 און ווי די שוֹמרוֹנים זענען געקומען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ, האָבּן זיי אים געבּעטן צוּ בּלייַבּן מיט זיי; און רבי מֵלך המָשיחַ איז דאָרט געבּלייבּן 2 טעג. 41 און א סך מער האָבּן געגלויבּט צוּליבּ משיחס דָּבָר; 42 און האָבּן געזאָגט צוּ דער אִשָּה: איצט גלויבּן מיר, נישט צוּליבּ דיינע רייד, ווייל מיר אַליין האָבּן אים געהערט; און ווייסן, אַז ער איז בּאמת דער גוֹאֵל מוֹשִיעַ הָעוֹלָם [דער משיח גואל פון דער וועלט]. 43 און נאָך 2 טעג איז ער פוּן דאָרטן אַוועקגעגאַנגען קיין גָלִיל. 44 ווייל רבי מֵלך המָשיחַ אַליין האָט עֵדות געזאָגט, אַז אַ נָביא האָט נישט קיין כָּבוד אין זיין אייגן עיר. 45 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען קיין גָלִיל, האָבּן אים די גלילי מקַבּל-פָּנים געווען, ווייל זיי האָבּן געזען כל, וואָס ער האָט געטאָן אין ירוּשָלַיִם אויף יום-טוֹב; ווייל אויך זיי האָבּן עוֹלה-רֶגל געווען אויף יום-טוֹב [פֶּסַח, יוחנן 2:13]. 46 און רבי מֵלך המָשיחַ איז ווידער אַמאָל געקוּמען קיין קָנָה אין גָלִיל, וואוּ ער האָט געמאַכט דאָס מַיִם צוּ וויין. און דאָרט איז געווען אַ געוויסער אֶחָד מֵאַנְשֵי הַמֶלֶךְ, וועמעס זוּן איז געווען חוֹלֶה אין כּפַר-נַחוּם. 47 ווען ער האָט געהערט, אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז אָנגעקומען פוּן אֶרֶץ יהוּדה קיין גָלִיל, איז ער געגאַנגען און האָט אים געבּעטן, אַז ער זאָל אַראָפּגיין און היילן זיין זוּן; ווייל ער האָט געהאַלטן בּיים שטאַרבּן. 48 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: אחוץ איר זעט נִסים וְנִפלאות, וועט איר נישט גלויבּן! 49 זאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ דער אֶחָד מֵאַנְשֵי הַמֶלֶךְ : אֲדוֹנִי, קוּם אַראָפּ, איידער מיין יֶלֶד שטאַרבּט. 50 זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים: גיי ; דיין זוּן חַי! און דער מענטש האָט געגלויבּט אין דאָם דָּבָר, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט, און ער איז געגאַנגען זיין וועג. 51 און בּשעת ער איז אַראָפּגעגאנגען, האָבּן אים בּאַגעגנט זיינע עבדים, און געזאָגט, אַז זיין זוּן חַי! 52 און ער האָט זיך דעריבּער נאָכגעפרעגט בּיי זיי די שָעה, ווען ער האָט זיך אָנגעהויבּן צוּ בּעסערן. האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: נעכטן אין דער 7טער שָעה האָט דאָס פיבּער אים פאַרלאָזט. 53 און דער אָב האָט דעריבּער געוואוסט, אַז דאָס איז געווען אין יענער שָעה, אין וועלכער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: דיין זוּן חַי! און ער האָט געגלויבּט און זיין כל בֵּית. 54 דאָס דאָזיקע איז שוין דאָס צווייטע נס, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט געטאָן ווען ער איז געקוּמען פוּן אֶרֶץ יהוּדה קיין גַליל.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 3
Top of Page
Top of Page