Luke 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס3

ג און אין דעם 15טער יאָר פוּן מלוּכה פון קסר הרומאי טיבּעריוּס, ווען פּוֹנְטְיוּס פִּילָטוֹס איז געווען פּראַקוּראַטאָר פוּן יהוּדה, און הוֹרדוס איז געווען טעטראַרך פוּן גָלִיל, און פיליפּוּס אחיו טעטראַרך פוּן דער געגנט איטוּריע און טַרכוֹנָא, און לוּסאַניוּס טעטראַרך פוּן אַבִילין, 2 ווען חָנָן און קֵיפָא זענען געווען כֹּהַנים-גדוֹלים, איז געקוּמען דאָס דָּבָר ה' צוּ [כֹּהֵן-נביא] יוֹחָנָן בֶּן-זכַריָה אין דער מִדבּר. 3 און יוֹחָנָן איז געקוּמען אין דער כל כִּכַּר הַיַרדן, און האָט געדַרשנט די מקוה טבִילה פוּן תּשוּבה פאַר דער סליחת עבירות. 4 ווי סע שטייט געשריבּן אין דעם סֵפר פוּן די דִּבְרֵי ישעיהו הַנָביא: קוֹל קוֹרֵא בַמִדְבָר פַנוּ דֶרֶךְ ה', יַשְרוּ מְסִלוֹתָיו. 5 כָל־גֶיא יִנָשֵא, וְכָל־הַר וְגִבְעָה יִשְפָּלו; וְהָיָה הֶעָקֹב לְמִישוֹר, וְהָרְכָסִים לְבִקְעָה. 6 וראו כל-בּשר את ישועת אלוקינו [ישעיהו 5-40:3; 42:16; 52:10; תהילם 98:2] 7 און ער האָט דערפאר געזאָגט צוּם המון העם, וואָס איז אַרויסגעגאַנגען פוּן אים מקוה געטוֹבלט צוּ ווערן: איר ילדי צפעונים! ווער האָט אייך געוואָרנט צוּ אַנטלויפן פוּן דעם חרון אף ה' הבּא? 8 בּרענגט דערפאר פֵּירות, וואָס זענען רָאוּי פאַר תּשוּבה, און רעדט אייך נישט איין; אַברָהם איז אָבִינוּ [מיט זכות אבות פאר אונדז]! מחמת איך זאָג אייך, ה' קען פוּן די דאָזיקע אבנים לְהָקים בָּנים צו אַברָהם. 9 און די האַק ליגט שוין בּיים שֹׁרֶשׁ פוּן די בּיימער; דערפאר, יעדער איינער בּוים, וואָס בּרענגט נישט אַרויס קיין פרי טוב, ווערט אָפּגעהאַקט און אַרייַנגעוואָרפן אין אֵש אַריין. 10 און דאָס המון העם האָט אים געפרעגט, אזוי זאגן: וואָס זשע זאָלן מיר טאָן? 11 האָט יוחנן געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: דער, וואָס האָט 2 כֻּתֳּנוֹת, זאָל זיך טיילן מיט דעם, וואָס האָט גאָרנישט; און דער, וואָס האָט מזון, זאָל אויך אַזוי טאָן. 12 און עס זענען אויך געקוּמען מוֹכסים מקוה פון תשובה געטוֹבלט צוּ ווערן, און זיי האָבּן צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, וואָס זאָלן מיר טאָן? 13 האָט יוחנן צוּ זיי געזאָגט: פאָדערט נישט מער ווי סע איז פאַר אייך בּאַשטימט. 14 און אויך חיילים האָבּן אים געפרעגט, אַזוי צוּ זאָגן: און מיר, וואָס זאָלן מיר טאָן? און האָט יוחנן צוּ זיי געזאָגט: איר זאָלט קיינעם נישט פּלאָגן און בּאַרויבּן מיט לשון הרע, און זייט צוּפרידן מיט אייער לוין. 15 און אזוי ווי דאָס עם איז געווען אין דערווארטונג, און כל האָבּן געטראַכט אין זייערע לְבָבוֹת וועגן יוֹחָנָן, צי איז ער אליין נישט אֶפשר דער מָשיחַ, 16 האָט יוֹחָנָן זיי געענטפערט, און געזאָגט: איך מקוה טוֹבל אייך מיט מַיִם; סע קוּמט אָבּער אַ שטאַרקערער פוּן מיר, וועמען איך בּין נישט רָאוּי אויפצוּבּינדן די שרוך פוּן זיינע סנדל, ער וועט אייך מקוה טוֹבלען מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש און מיט אֵש. 17 זיין ווינטשויפל איז אין זיין האַנט, און ער וועט גוּט אויסרייניקן זיין שייַער, און אייַנזאַמלען דעם חִטָּה אין זיין שפּייַכלער אַריין, אָבּער די מֹץ וועט ער פאַרבּרענען מיט אֵש לא תכבּה [ישעיהו 66:24]. 18 און אויף אַזאַ אוֹפן, און מיט דברים רבים אחרים האָט ער געדרשנט די בּשׂוּרת הגאוּלָה צום עם. 19 אָבּער דער טעטראַרך הוֹרדוס, ווייל ער איז פוּן יוחנן געמוּסרט געוואָרן צוּליבּ הוֹרוֹדיָה אֵשֶת אָחִיו, און וועגן כל מעשים רעים, וואָס הוֹרדוס האָט געטאָן, 20 האָט צוּ דעם נאָך צוּגעגעבּן דאָס, וואָס ער האָט פאַרשלאָסן יוֹחָנָן אין דער בֵּית הַסֹּהַר. 21 און עס איז געווען, ווען דאָס כל עם איז מקוה געטוֹבלט געוואָרן, און יהושע/ישוע איז אויך מקוה געטוֹבלט געוואָרן, און האָט געדאַוונט געווען, האָט דער שָמַיִם געעפנט, 22 און דער רוּחַ הַקוֹדֶש האָט אַראָפּגענידערט אויף אים אין אַ דמוּת גשמית, ווי אַ טויבּ, און אַ בת קוֹל איז אַרויס פוּן שָמַיִם: אתּה בּני אהובי, בּךָ חפצתּי. 23 און רבי מֵלך המָשיחַ, ווען ער האָט אָנגעהויבּן זיין עבודת קודש שלִיחות, איז אַלט געווען אַרוּם 30 יאָר, און ער איז געווען (ווי מען האָט געמיינט בּן יוסף) בֶּן-עֵלי, 24 בּן מַתָּת, בּן לֵוִי, בּן מַלכִּי, בּן יַנַי, בּן יוסף, 25 בּן מַתִּתיָהוּ, בּן אָמוֹץ, בּן נָחוּם, בּן חֶסלִי, בּן נַגָי, 26 בּן מַחַת, בּן מַתִּתיָה, בּן שִמעִי, בּן יוֹסף, בּן יוֹדָה, 27 בּן יוֹחָנָן, בּן רֵישָא, בּן זרוּבָּבל, בּן שְאַלתִּיאֵל, בּן נֵרי, 28 בּן מַלכִּי, בּן אַדִי, בּן קוֹסָם, בּן אלמדָן, בּן עֵר, 29 בּן יֵשוּעַ, בּן אֶלִיעֶזֶר, בּן יוֹרִים, בּן מַתָּת, בּן לֵוִי, 30 בּן שִמעוֹן, בּן יהוּדה, בּן יוסף, בּן יוֹנָם, בּן אֶליָקים, 31 בּן מַלאה, בּן מַנָא, בּן מַתַּתָּה, בּן נָתָן, בּן דָוִד, 32 בּן יִשַי, בּן עוֹבד, בּן בּוֹעַז, בּן שַׂלמוֹן, בּן נַחשוֹן, 33 בּן עַמִינָדָב, בּן אַדמין, בּן ארני, בּן חֶצרוֹן, בּן פֶּרֶץ, בּן יהוּדה, 34 בּן יַעקֹב, בּן יִצחָק, בּן אַברָהם, בּן תֶּרִח, בּן נָחוֹר, 35 בּן שְׂרוּג, בּן רְעוּ, בּן פֶּלֶג, בּן עֵבֶר, בּן שָלַח, 36 בּן קֵינָן, בּן אַרפַּכשַד, בּן שֵם, בּן נֹחַן, בּן לֶמֶך, 37 בּן מְתוּשֶלַח, בּן חֲנוֹך, בּן יֶרֶד, בּן מַחֲלַלאֵל, בּן קֵינָן, 38 בּן אֱנוֹש, בּן שֵת, בּן אָדָם, דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 2
Top of Page
Top of Page