Mark 16
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס16

טז און ווען דער שַבּת איז אַריבּער, האָבּן מִריָם פוּן מַגדָלָה, און מִריָם אֵם יַעקֹבן און שלוֹמית, געקויפט בּשָׂמים, כּדי זיי זאָלן קענען לָבוֹא וְלִמְשֹׁחַ אוֹתוֹ. 2 און שחרת יום ראשון, זענען זיי געקוּמען צוּם קֵבר, ווען די שֶמֶש איז אויפגעגאַנגען. 3 און זיי האָבּן איינע צוּ דער אַנדערער געזאָגט: ווער וועט אוּנדז אַוועקקיַיקלען דעם שטיין פאַר דער פִּי הַקֶּבֶר? 4 און ווען זיי האָבּן אויפגעהויבּן זייערע אויגן, האָבּן זיי געזען, אַז דער שטיין איז אַוועקגעקייַקלט, הַגַם ער איז געווען גָּדוֹל מְאֹד. 5 און ווען זיי זענען אַרייַנגעגאַנגען אין דעם קֵבר, האָבּן זיי געזען אַ יוּנגנמאַן זיצן בּיי דער רעכטער זייט, אָנגעטון אין אַ ווייס קלייד; און זיי האָבּן זיך דערשראָקן. 6 אָבּער ער האָט צוּ זיי געזאָגט: שרעקט אייך נישט; איר זוּכט יהושע/ישוע פון נָצְרַת, וואָס איז אויפהענגע על דער בּוֹים געוואָרן. ער איז אויפגעשטאַנען, ער איז דאָ נישטאָ; זעט דאָס אָרט, וואוּ זיי האָבּן אים געלייגט [זען תהלים 16:10]. 7 אָבּער גייט, און זאָגט משיחס תּלמידים און כֵּיפַאן, אַז ער גייט אייך פאָרויס קיין גָלִיל; דאָרט וועט איר אים זען, ווי ער האָט אייך געזאָגט [זען מרק' 14:28]. 8 און זיי זענען אַרויסגעגאַנגען און זענען אנטלאָפן פוּן קֵבר; מחמת עס האט זיי אנגעכאפּט אַ ציטערניש און זיי זענען געווען אויסער זיך; און זיי האָבּן קיינעם גאָרנישט דערציילט, ווייל זיי האבּן מורא געהאט. 9 און ווען ער איז אויפגעשטאַנען קָם מִן המתים בבקר בּאחד בּשבת, האָט ער זיך קוֹדם בּאַוויזן צוּ מִריָם פוּן מַגדָלָה, פוּן וועמען ער האָט אַרויסגעטריבּן 7 שדים. 10 און זי איז געגאַנגען און האָט עס דערציילט צוּ די, וואָס זענען געווען מיט אים, וואָס האָבּן געטרויערט און געוויינט. 11 און הַגַם זיי האָבּן געהערט, אַז ער חי, און איז פוּן איר געזען געוואָרן, האָבּן זיי עס נישט געגלויבּט. 12 נאָך דעם האָט ער זיך בּאַוויזן אין אַן אַנדער געשטאַלט צוּ 2 פוּן זיי [זען לוקס 24:13], ווען זיי זענען געגאַנגען אין פעלד אַריין. 13 און זיי זענען געגאַנגען און האָבּן עס דערציילט צוּ די איבּעריקע; און אויך זיי האָבּן זיי נישט געגלויבּט. 14 און דאַן האָט רבי מֵלך המשיח זיך בּאַוויזן צוּ די 11 אליין, ווען זיי זענען געזעסן בּיים טיש; און ער האָט זיי פאָרגהאַלטן זייער אוּמגלויבּיקייט און האַרטקייט פוּן לבָבוֹת, מחמת זיי האָבּן נישט געגלויבּט די, וואָס האָבּן אים געזען אַזוי ווי ער איז אויפגעשטאַנען. 15 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: גייט אין דער כל העולם, און געדַרשנט די בּשׂוּרת הגאוּלָה צוּ דער גאנצער בּאַשאַפוּנג. 16 דער, וואָס גלויבּט און ווערט מקוה געטוֹבלט, יִוָּשַׁע (וועט געראטעוועט ווערן); דער אָבּער, וואָס גלויבּט נישט, וועט פאַרמִשפּט ווערן. 17 און די דאָזיקע אותות וועלן בּאַגלייטן די, וואָס גלויבּן: אין מיין נאָמען וועלן זיי אַרויסטרייַבּן שדים; זיי וועלן רעדן מיט לשוֹנות חדשות; 18 זיי וועלן אויפהייבּן שלאַנגען [מהש 28:8], און אויבּ זיי וועלן טרינקען סַם-הַמָוֶת, וועט עס זיי נישט פארשאדטן; זיי וועלן אַרויפלייגן זייערע הענט אויף חוֹלים, און זיי וועלן ווערן געזוּנט. 19 און אַזוי ווי הָאָדוֹן יהושע/ישוע האָט צוּ זיי גערעדט, איז ער אַרויפגענוּמען געוואָרן אין שָמַיִם אַריין, און האָט זיך אַנידערגעזעצט צוּ דער לִימִין פוּן ה' [זען תהלים 110:1]. 20 און זיי זענען אַרויסגעגאַנגען, און האָבּן אוּמעטוּם געדַרשנט, און הָאָדוֹן האָט געווירקט מיט זיי, און האָט בּאַשטעטיקט דאָס דָּבָר דוּרך די אותות, וואָס האָבּן נאָכגעפאָלגט. אָמֵן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 15
Top of Page
Top of Page