Mark 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס3

ג און רבי מֵלך המָשיחַ איז ווידער אַרייַנגעגאַנגען אין שול, און דאָרט איז געווען אַן איש, וואָס האָט געהאַט אַ פאַרדאַרטע האַנט. 2 און זיי האָבּן געלויערט אויף אים, צי וועט ער אים היילן אום שַבּת, כּדי צוּ קענען מאַכן אויף אים אַ מסִירה. 3 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט צוּ דעם איש מיט דער פאַרדאַרטע האַנט: שטעל דיך אין דיר מיט. 4 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: מעג מען שַבּת טאָן גוּטס, אָדער רַע, ראַטעווען זיין אַ נֶפש, אָדער טייטן? אָבּער זיי האָבּן געשוויגן. 5 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אַרוּמגעקוּקט אויף זיי מיט זַעַם און מיט עָגְמַת נֶפֶש איבּער קְשִי לְבָבָם, און געזאָגט צוּ דעם איש : שטרעק אויס דיין האַנט. און ער האָט זי אויסגעשטרעקט, און זיין האָנט איז ווידער געזוּנט געוואָרן. 6 און די פּרוּשים זענען אַרויסגעגאַנגען, און האָבּן זיך תֵיכּף אַן עֵצה געהאַלטן מיט די הוּרדוס-לייַט קעגן אים, ווי אים אוּמצוּבּרענגען. 7 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַוועק מיט משיחס תַּלמידים צוּם יַם, און אַ גרויסער עוֹלם איז אים נאָכגעגאַנגען פוּן גָלִיל, און פוּן יהוּדה, 8 און פוּן ירוּשָלַיִם, און פוּן אֶדוֹם, און פוּן עֵבר-הַיַרדן, און פוּן אַרוּם צוֹר און צִידוֹן איז אַ גרויסער עוֹלם צוּ אים געקוּמען, ווען זיי האָבּן געהערט וואָס ער האָט געטאָן. 9 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט צוּ משיחס תַּלמידים, מען זאָל אים אָנגרייטן אַ סִירָה צוּליבּ דעם המון, כּדי מען זאָל זיך נישט דרענגען אויף אים. 10 מחמת רבי מֵלך המָשיחַ האָט געהיילט רבים, אזוי אז אלע, כל הַחוֹלִים, זענען געפאַלן אויף אים, כדי אים אָנצוּרירן. 11 און די שדים, ווען זיי האָבּן אים דערזען, זענען זיי פאַר אים אנידערגעפאלן, און האָבּן געשריגן: דוּ בּיסט דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער! 12 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי שטרענג בּאַפוילן, אַז זיי זאָלן אים נישט מגַלה זיין. 13 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרויפגעגאַנגען אויף דעם הָר, און האָט גערוּפן צוּ זיך וועלכע ער האָט געוואָלט; און זיי זענען צוּ אים געקוּמען. 14 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט בּאַשטימט און האָט געגעבן סמיכה צוּ 12, אַז זיי זאָלן זיין מיט אים [זיין משתתף אין משיחס חברותא, זען מתי 18:20], כּדי ער זאָלן זיי אוועקשיקן צו דרשענען די בשורה הגאוּלָה, 15 און זאָלן האָבּן סמכות פאר גרש שדים. 16 און האָט בּאשטימט אָט די 12 : שִמעוֹנען האָט ער צוגעזעצט דעם נאָמען כֵּיפָא, 17 און יַעקֹב בֶּן-זַבדי, און יוֹחָנָן אָח יַעקֹב, און זיי האָט ער צוגעזעצט דעם נאָמען בּנֵי-רֶגֶש, וואָס מיינט, בָּנִים פוּן דוּנער. 18 און אַנדרייַען, און פיליפּוּסן, און בּר-תַּלמַי, און מתתיהו [מתי], און תֹּאמָא; און יַעקֹב בֶּן-חַלפַי, און תַּדַי, און שִמעוֹן דעם קַנָאי, 19 און יהוּדה אִיש-קרִיוֹת, וואָס האָט אים פאַרראָטן. 20 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַהיימגעקוּמען. און דאָס המון עם איז זיך ווידער צוּזאַמענגעקוּמען, אַזוי, אַז זיי האָבּן אפילו נישט געקענט עסן בּרויט. 21 און ווען זיינע קרוֹבים האָבּן דאָס געהערט, זענען זיי אַרויסגעגאַנגען, כּדי אים צוּ כאַפּן, מחמת זיי האָבּן געזאָגט: ער איז נישט בּיי זיך. 22 און די סוֹפרים [רַבָּנִים], וואָס זענען אַראָפּגעקוּמען פוּן ירוּשָלַיִם, האָבּן געזאָגט: בַּעל-זבוּב איז אין אים, און, דוּרך דעם שַׂר השדים טרייבּט ער אַרויס שדים. 23 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי גערוּפן צוּ זיך, און האָט גערעדט צוּ זיי מיט משָלים: וויאַזוי קען הָשָׂטן אַרויסטרייַבּן הָשָׂטן? 24 און אויבּ אַ מלוּכה איז צעטיילט קעגן זיך אַליין, קען יענע מלוּכה נישט האָבּן קיין קִיום. 25 און אויבּ אַ בֵּית איז צעטיילט קעגן זיך אַליין, וועט דאָס דאָזיקע בֵּית נישט קענען בּלייבּן שטיין; 26 און אויבּ הָשָׂטן שטייט אויף קעגן זיך אַליין, און איז צעטיילט, קען ער נית האָבּן קיין קִיום, נייערט האָט דעם סוֹף. 27 קיינער קען נישט אַרייַנגיין אין בֵּית אַריין פוּן דעם גיבּוֹר און רויבּן זיינע זאַכן, אחוץ ער קודם כל בּינדט דעם גיבּוֹר, און דעמאָלט וועט ער בּאַרויבּן זיין בֵּית. 28 אָמֵן, איך זאָג אייך : כל עבירות וועט מען מוֹחל זיין די בני האדם, און אויך די לעסטערוּנגען, מיט וועלכע זיי וועלן לעסטערן. 29 אָבּער ווער סע וועט לעסטערן קעגן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, פאַר אים איז מער נישטאָ קיין סְלִיחָה, ווייל ער האָט זיך אויף חֵטְא עוֹלם. 30 מחמת זיי האָבּן געזאָגט: ער האָט אָ שד. 31 און זיין אֵם און זיינע אַחִים זענען געקוּמען, און שטייענדיק אין דרויסן האָבּן זיי אים געשיקט רוּפן. 32 און אַן עוֹלם איז געזעסן אַרוּם אים; און מע האָט צוּ אים געזאָגט: הִנֵּה דיין אֵם און דיינע אַחִים און דיינע אחיות זענען אין דרויסן, און זוּכן דיך. 33 האָט ער געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט : ווער איז מיין אֵם און מיינע אַחִים? 34 און אַרוּמקוּקנדיק זיך אויף די, וואָס זענען אַרוּם אים געזעסן, האָט ער געזאָגט: הנה, מיין אֵם און מיינע אַחִים! 35 מחמת ווער סע וועט טאָן דעם רָצון ה' , דער דאָזיקער איז מיין אָח, און אָחוֹת, און אֵם.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 2
Top of Page
Top of Page