Matthew 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו3

ג אין יענע טעג איז געקוּמען יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה [זען מלכים ב 5:14], און האָט רופט אויס אין דער מִדבּר פוּן יהוּדה, אַזוי צוּ זאָגן: 2 שובו צו ה', מחמת דאָס מַלכות-השָמַיִם האָט זיך דערנענטערט. 3 מחמת דאָס איז ער [יוחנן], פוּן וועמען ישעיהו הַנָביא האָט געזאָגט: קוֹל קוֹרֵא בַמִדְבָר פַּנּוּ דֶרֶך ה', מאכט תיכף זיינע שטעגן! [ישעיהו 40:3]! 4 און יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] האָט געטראָגן אַ מַלבּוש פוּן קעמל-האָר, און אַ לעדערנעם גַארטל אַרוּם זיינע לענדן; און זיין אֹכֶל איז געווען הייֵשעריקן און ווילדער דבש. 5 יעמאָלט איז צוּ אים אַרויסגעגאַנגען ירוּשָלַיִם, און כל יהוּדה, און די כל געגנט פוּן יַרדן; 6 און זיי זענען פוּן אים דער מקוה געטוֹבלט געוואָרן אין דער מקוה פוּן דעם יַרדן [מלכים ב 5:14], און האָבּן זיך מִתווַדה [ידה, והתודה צו ה', ויקרא 16:21] געווען אויף זייערע עבירות [מִתְוַדִים צו ה' עַל חַטֹאתֵיהֶם]. 7 אָבּער אַז ער האָט געזען רבים פוּן די פּרוּשים און צדוּקים קוּמען צוּ דער ירדן מקוה טבִילה [מלכים ב 5:14], האָט ער צוּ זיי געזאָגט: איר יַלְדֵי נְחָשים, ווער האָט אייך געגעבּן צוּ פאַרשטיין, אַז איר זאָלט אַנטלויפן פוּן דעם חָרון אַף הַבָּא [אָנקוּמענדיקן זַעַם פוּן ה']? 8 בּרענגט דערפאר פֵּירות, וואָס זענען רָאוּי פאַר תּשוּבה! 9 און רעדט אייך נישט איין, אַזוי צוּ זאָגן: אַברָהם איז אָבִינו און מיר האָבּן זְכוּת אָבוּת; מחמת איך זאָג אייך: ה' קען פוּן די דאָזיקע אבנים אויפשטעלן בָנִים לְאַבְרָהָם [גלט' 3:7; בראשית 15:6]. 10 און אָט ליגט שוֹין די האַק בּיים שֹׁרֶשׁ פוּן די בּיימער; דערפאר, יעדער בּוים, וואָס בּרענגט נישט אַרויס קיין פְרִי טוֹב, ווערט אָפּגעהאַקט און געוואָרפן אין אֵש אַריין [הָאֵש פון גֵיהִנֹּם, ישעיהו 66:24]. 11 איך דער מקוה טוֹבל אייך מיט מַיִם צוּ תּשוּבה [מלכים ב 5:14], אָבּער דער, וואָס קוּמט נאָך מיר, איז שטארקער פוּן מיר, און זיינע סנדלן בּין איך נישט רָאוּי לשאת; ער וועט אייך דער מקוה טוֹבלען מיט דעם רוּחַ-הַקֹדֶש און מיט אֵש [מה''ש 4-2:3; 47-10:46]. 12 זיין ווינטשויפל איז אין זיין האַנט, און ער וועט טוֹב אויסרייניקן זיין גֹרֶן; און זיין חִטָּה וועט ער אייַנזאַמלען אין שייער אַריין, אָבּער די מֹץ וועט ער פאַרבּרענען מיט אַן אוּמפאַרלעשלעכן אֵש [אֵש עוֹלם, ישעיהו 66:24; דניאל 12:2; דראון עוֹלם פון גֵּיהִנֹּם]. 13 יעמאָלט איז יהושע/ישוע געקוּמען פוּן גָלִיל צוּם יַרדן [מקוה], צוּ יוֹחָנָן, כּדי פוּן אים דער מקוה געטוֹבלט צוּ ווערן. 14 אָבּער יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] האָט רבי מֵלך המָשיחַ פאַרווערט, און געזאָגט: אני צריך פוּן דיר דער מקוה געטוֹבלט ווערן [אין משיחס מקוה], און דוּ קוּמסט צוּ מיר? 15 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים געענטפערט: לאַז זיין; מחמת אַזוי געשיקט זיך פאַר אוּנדז מקַיים צוּ זיין כָּל-צֶדֶק [זען דניאל 9:24]. יעמאָלט האָט ער אים געלאָזט. 16 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז דער מקוה געטוֹבלט געוואָרן, איז ער תֵיכּף אַרויסגעשטיגן פוּן דעם מקוה מַיִם; און הִנֵּה האָט זיך דער שָמַיִם אויפגעעפנט פאַר אים, און ער האָט געזען דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן ה' אַראָפּנידערן ווי אַ יונה, און קוּמען אויף אים; 17 און הִנֵּה, אַ בַּת-קוֹל איז אַרויס פוּן שָמַיִם, אַזוי צוּ זאָגן: זֶה בְּנִי אֲהוּבִי אֲשֶר בּוֹ הָפַצְתִּי, דאָס איז מיין געליבּטער זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], אין וועמען איך האָבּ אַ וואוילגעפעלן [זען ה' און בְּנוֹ און רוחוֹ, אדֹנָי אחד דאָך מְשֻלָּש, משלי 30:4; ישעיהו 48:16; הזֹהַר ג ב288 ; מתי 28:19] .

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 2
Top of Page
Top of Page