Philippians 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
פיל'

פיל'3

ג צוּם סוֹף, מיינע אַחִים במשיח, פרייט אייך אין הָאָדוֹן, צוּ שרייבּן אייך די זעלבּע זאַכן איז מיר נישט קיין לאַסט, פאַר אייך אָבּער איז עס אַ פארזיכערוּנג. 2 היט אייך פאַר די כּלָבים; היט אייך פאַר די שלעכטע אַרבּעטער; היט אייך פאַר הַחִתּוּךְ [זען מהש 15:1]. 3 וואָרעם מיר זענען די משיחיסט בנים פוּן מִילה, וואָס דינען ה' דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש [זען יוחנן 4:23, מיט מוֹהֵל אִזְמֵל פון רוּח פון הִתחדּשוּת צו אָפּטון דעם אלטן מענטשן, זען אפס' 4:22; קול' 13-2:11], וואָס רימען זיך אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, און האָבּן נישט קיין בּטָחון אין דעם פלייש [זען רומ' 7:18; יוחנן 3:3]; 4 הַגַם איך אַליין וואָלט אויך געקענט האָבּן בּטָחון אין דעם פלייש. אויבּ עמיצער מיינט, ער קען האָבּן בּטחון אין דעם פלייש, האָבּ איך נאָך מער: 5 צוּ אַכט טאָג האָט מען מיך מַל געווען, איך בּין פוּן די בּנֵי-ישׂרָאל, פוּן דעם שֶבֶט בִּניָמין, אַ ייִד פוּן ייִדן; וואָס שַייך דער תּוֹרה בכל חומר הדין, אַ פּרוּש [אַ חָסִיד]; 6 וואָס שַייך קִנאה, גערוֹדֶפט די משיחס ברית חדשה קהִלָּה; וואָס שַייך דער צדקות וועלכע איז פוּן דער כל חומר הדין פון דער תּוֹרה, בּין איך געפוּנען געוואָרן פעלנדיק אין גארנישט. 7 דאָך דאָס, וואָס איז פאַר מיר געווען אַ געווינס, האָבּ איך פאַררעכנט פאַר הֶיזק פאַר וועגן פון רֶבּי מלך המָשיחַ. 8 כֵּן, און איך פאַררעכנט אַלץ ווי אַ הֶיזק פוּנוועגן דער דערהויבּנקייט פוּן דעם דַּעַת פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אֲדוֹנִי, פאַר וועמען איך האָבּ געליטן דעם שאָדן פוּן אַלצדינג, און טוּ עס רעכענען פאַר מיסט, כּדי איך זאָל געווינען רֶבּי מלך המָשיחַן, 9 און זאָל אין אים געפוּנען ווערן, נישט מיט מיין אייגענע צדקות, וועלכע איז פוּן דער כל חומר הדין פון דער תּוֹרה [זען ויקרא 18:5; רומ' 10:3], נאָר די, וואָס קוּמט דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש אֶמוּנה] גלויבּן אין רֶבּי מלך המָשיחַ, די צדקות וועלכע קוּמט פוּן ה' דוּרך אֶמוּנה [בראשית 15:6; חבק' 2:4; ישעיהו 53:11; רום' 1:17], 10 כּדי איך זאָל אים קענען, און די כֹּחַ פוּן זיין תּחִיַת-הַמֵתים, און האָבּן די חברותשאפֿט פון זיינע [משיחס] יסורים, ווערנדיק ענלעך אין געשטאַלט צוּ זיין הסתלקות, 11 אויבּ איך וועל אֶפשר קענען דערגרייכן צוּ תּחִיַת-הַמֵתים. 12 נישט אַז איך האָבּ שוֹין דערגרייכט, אָדער בּין שוֹין פולקום געוואָרן; נאָר איך יאָג אָבּער, אֶפשר וועל איך דערגרייכן דאָס, צוּליבּ וואָס איך בּין אויך דערגרייכט געוואָרן פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 13 אַחִים במשיח, איך רעכן מיך נאָך נישט, אַז איך האָבּ שוֹין דערגרייכט; איין זאָך אָבּער טוּ איך : איך פאַרגעס דאָס, וואָס איז הינטן, און טוּ אויסשטרעקן נאָך דעם, וואָס איז פאָרויס, 14 און יאָג זיך ווייטער צוּם ציל נאָך דעם שׂכַר פוּן דער הויכער בּאַרוּפוּנג פוּן ה' אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 15 דערפאר, אַזעלכע פוּן אוּנדז וואָס זענען שלֵמוּתדיק, לאָמיר דענקען דאָס דאָזיקע. און אויבּ איר דענקט אַנדערש וועגן עפּעס, אויך דאָס דאָזיקע וועט ה' אייך אַנטפּלעקן. 16 נייערט, צוּ דעם, וואָס מיר האָבּן דערגרייכט, לויט דעם זעלבּן כּלַל לאָמיר לעבּן. 17 אַחִים במשיח, זייט מיינע מיטנאָכפאָלגער; און פאַרקוקט זיך אויף די, וואָס לעבּן אַזוי, ווי איר האָט אוּנדז פאַר אַ בּייַשפּיל. 18 וואָרעם אַ סך, וועגן וועמען איך האָבּ אייך מערערע מאָל געזאָגט, און זאָג אייך איצט אויך מיט טרערן, אַז זיי לעבּן ווי די שׂוֹנאים פוּן דעם בּוים פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ [זען מתי 23-7:21]. 19 זייער סוֹף איז פאַרדאַרבּוּנג, זייער ג-ט איז דער בּויך, זייער רום איז אין זייער חרפּה [כיפא ב 2:14], און זיי דענקען נאָר פון ערדישע זאַכן. 20 מחמת אוּנדזער בּירגערשאַפט איז אין הימל, פוּן וואַנען מיר וואַרטן אויך אויף דעם גוֹאֵל [זען רות 4:7], הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 21 וועלכער וועט איבּעראַנדערשן דעם גוּף פוּן אוּנדזער שִיפלות, גלייך צו ווערן צום גוף פון זיין כבוד, לויט דער כֹּחַ, מיט וועלכער ער איז בִּיכוֹלת אַלץ אוּנטערטעניק צוּ זיך אַליין.
THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Philippians 2
Top of Page
Top of Page