Romans 13
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'13

יג זאָל יעדע נשָמה זיין אוּנטערטעניק צוּ דער העכער אויטאָריטעט. וואָרעם עס איז נישטאָ קיין ממשלה, אַחוּץ פוּן ה'; און וואוּ זי איז פאַראַן, איז זי בּאַשטימט פוּן ה'. 2 על-כּן, דער, וואָס שטעלט זיך קעגן דער אויטאָריטעט, שטעלט זיך אַקייגן דעם בּאַפעל פוּן ה'; און די, וואָס ווידערשפּעניקן, וועלן בּרענגען אויף זיך שטראָף פון מִשְפָּט. 3 מחמת די מושלים זענען נישט קיין שרעק פאַר דעם, וואָס טוט גוטס, נאָר פאַר דעם, וואָס טוט רעַ. און ווילסטוּ נישט פחד האָבּן פאַר דער איטאָריטעט? טוּ דאָס, וואָס איז טוֹב, און דוּ וועסט קריגן אַ לויבּ פוּן איר; 4 מחמת זי איז דיר אַ משרת פוּן ה' צוּם גוּטן. נאָר אויבּ דוּ טוּסט דאָס, וואָס איז הַרַע, זאָלסטוּ פחד האָבּן, מחמת זי טראָגט נישט אוּמזיסט די חֶרֶב. מחמת זי איז אַ משרת פוּן ה', וואָס טוּט זיך נוֹקם זיין מיט זַעַם [זען רומ' 1:18] אָן דעם, וואָס טוּט הרַע. 5 דערפאַר מוּז מען אוּנטערטעניק זיין, נישט נאָר צוליבּ דעם זַעַם [זען רומ' 1:18] אַליין, נאָר אויך צוליבּ דעם מצפּוּן [געוויסן, זען רומ' 2:15]. 6 מחמת צוּליבּ דעם צאָלט איר אויך שטייערן; ווייל זיי זענען משרתים פוּן ה', און גיבּן זיך כּסֵדר אָפּ מיט דעם דאָזיקן עִנין. 7 גיט אָפּ יעדן איינעם דאָס, וואָס איר זענט מחויב : שטייער, צוּ וועמען שטייער געהערט; צאָל, צוּ וועמען צאָל געהערט, מורא צוּ וועמען מוֹרא; כָּבוד, צוּ וועמען כָּבוד. 8 זייט קיינעם גאָרנישט שוּלדיק, אַחוּץ ליבּ צוּ האָבּן איינער דעם אַנדערן; מחמת דער, וואָס האָט ליבּ זיין חַבר, האָט מקַיים געווען די תּוֹרה [זען רומ' 10:4]. 9 מחמת דוּ זאָלסט נישט מזַנה זיין, דוּ זאָלסט נישט מאָרדן, דוּ זאָלסט נישט גַנבענען, דוּ זאָלסט נישט גלוּסטן [זען שמות (17)14-20:13; דברים (21)18-5:17], און אַלע אַנדערער מִצוות, זענען צוּזאַמענגעפאַסט אין דעם דאָזיקן דָּבָר: דוּ זאָלסט ליבּ האָבּן דיין חַבר ווי דיך אַליין [זען ויקרא 19:18]. 10 אַהֲבַה טוּט נישט קיין שוּם רַע דעם נאָנטן; אַהֲבַה איז דערפאר דער פולקייט פוּן דער תּוֹרה. 11 און דאָס טוּט, ווייל איר ווייסט די שָעה, אַז עס איז שוֹין צייט אויפצוּאוואַכן פוּן שלאָף; מחמת איצט איז די ישוּעת אלוקינו נעענטער צוּ אוּנדז, ווי דער יוֹם ווען מיר האָבּן לכַתּחִילה געגלויבּט. 12 די לַיְלָה איז ווייט פאַרגאַנגען, און דער יוֹם האָט גענעענט. לאָמיר דערפאר אָפּטאָן די מַעשׂים פוּן חֹשֶךְ, און לאָמיר אָנטאָן די כּלֵי-זַיִן פוּן אוֹר [זען רומ' 14-6:12]. 13 לאָמיר גיין אָנשטענדיק ווי בּייטאָג, נישט אין פרעסן און שִיכּרות ,פרעסנדיק און זויפנדיק, נישט אין זנות און פאַרשייטקייט, נישט אין מַחלוֹקת און קִנאה. 14 נייערט טוּט אייך אָן דעם רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע אֲדֹנֵינוּ, און דַאגֶהט נישט פאַר דעם פלייש [זען רומ' 7:18], ממַלא צוּ זיין זיינע תּאַוות.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 12
Top of Page
Top of Page