Romans 5
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'5

ה דעריבּער מיר זענען געגעבן אויף קרעדיט זָכָה, געמאכט יצדּק מיט ה' דוּרך אֶמוּנה [זען בראשית 15:6; הדרך המשיחיסטים 11:6], האָבּן מיר שלום מיט ה' דוּרך אֲדוֹנֵנוּ רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע [זען ישעיהו 53:5], 2 דוּרך וועמען מיר האָבּן אויך בּאַקוּמען צוּגאַנג [זען שער לה' פון צדיקים, תהלים 118:20] דורך אֶמוּנה צום דאָזיקן חֶסֶד, אין וועלכן מיר שטייען, און מיר מתהללים אין דער תִּקְוָה פוּן דער כבוד פוּן ה'. 3 און נישט נאָר דאָס, נייערט מיר מתהללים אויך אין אוּנדזערע צָרות, ווייל מיר ווייסן, אַז די צָרה בּרענגט סבלנות, 4 און סבלנות, דערפאַרוּנג, און דערפאַרוּנג, תִּקְוָה, 5 די תִּקְוָה אָבּער אַנטוישט נישט, מחמת די אַהֲבַה פוּן ה' איז אויסגעגאָסן געוואָרן אין אוּנדזערע לְבָבוֹת דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, וואָס איז אוּנדז געגעבּן געוואָרן. 6 ווייל ווען מיר זענען נאָך געווען שוואַך [זען ישעיהו 53:6,12], איז רֶבּי מלך המָשיחַ, אין דער געהעריקער צייט [זען דניאל 26-9:24], געשטאָרבּן זיין הִסְתַּלְקוּס פאַר די רשָעים [זען מהש 3-9:1; טימא 1:15]. 7 מחמת עמיצער וועט זעלטן שטאַרבּן פאַר אַ צַדיק; פאַר דעם גוּטן מענטשן וואָלט זיך דאָך אֶפשר עמיצער אוּנטערגענוּמען צוּ שטאַרבּן. 8 ה' האָט אָבּער בּאַוויזן זיין אַהֲבַה צוּ אוּנדז מיט דעם, וואָס ווען מיר זענען נאָך געווען חוטאים, איז רֶבּי מלך המָשיחַ פאַר אוּנדז געשטאָרבּן [זען ישעיהו 53:6]. 9 אויף וויפל זשע מער, זייענדיק איצט גערעכטפערטיקט געוואָרן דוּרך דָּם פון משיח [זען ישעיהו 53:11], נִיצול ווערן דוּרך אים פוּן דעם זַעַם פוּן ה' [זען רומ' 1:18; 4:15]. 10 וואָרעם אויבּ מיר, זייענדיק אוֹיְבִים [מהש 9:4], אונדז ה' האט געשענקט שלום מאכן [זען ישעיהו 53:5], דורכן הִסְתַּלְקוּת פון דער זוּן פוּן דער אויבערשטער, אויף וויפל מער [פון דעם זַעַם פון ה'] בְחַיֵי בְנוֹ [תּחִיַת המשיח] וועלן מיר געראַטעוועט ווערן. 11 און נישט נאָר דאָס, נאָר מיר מתהללים אויך אין ה' דוּרך אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8], דוּרך וועמען מיר האָבּן איצט מקַבּל געווען די שלום מאכן [ישעיהו 53:5] פון זַעַם ה'. 12 על-כּן, אַזוֹיווי דוּרך אָדָם אֶחָד איז די חֵטְא קַדְמוֹן געקוּמען אין דער עוֹלם הַזֶּה אַריין, און דוּרך דער חֵטְא קַדְמוֹן געקומען מָוֶת, אַזוי איז דער מָוֶת געקומען צוּ כָל בְּנֵי אָדָם, ווייל אלע האָבּן געזינדיקט. 13 וואָרעם בּיז דער תּקופה פון מַתּן-תּוֹרה איז חֵטְא קַדְמוֹן שוֹין געווען אין דער עוֹלם הַזֶּה, אָבּער זינד ווערט נישט פאררעכנט [פאר עוֹנֶש מָוֶת], ווען עס איז נישטאָ קיין תּוֹרה. 14 דאָך האָט דער מָוֶת געקעניגט פוּן תּקופה פון אָדָם בּיז תּקופה פון מֹשה [רבינו] אַפילו איבּער די, וואָס האָבּן נישט געזינדיקט ענלעך צוּ דער עבירה פוּן אָדָם, וועלכער איז אַ פארבּילד פון אים, וואָס האָט געזאָלט קוּמען [משיח, הוּא הָבָּא, זען ישעיהו 59:20; איוב 26-19:25]. 15 אָבּער נישט ווי די עַבֵירה אַזוי איז די מַתָּנה [זען רומ' 6:23]; וואָרעם, אויבּ דוּרך דער עַבֵירה פוּן דעם אָדָם אֶחָד זענען רבים געשטאָרבּן, וויפל מער זענען דער חֶסֶד פוּן ה' און די מַתָּנה [זען רומ' 6:23] דוּרך דעם אָדָם אֶחָד, רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, איבּערגעפלאָסן צו די רבים [זען ישעיהו 12-53:11]! 16 און משיחס מַתָּנה [זען רומ' 6:23] איז נישט אזוי ווי די עַבֵירה פון אָדָם אֶחָד [זען בראשית 3:6]; וואָרעם דער מִשפּט איז געקוּמען צוּ עַבֵירה אַחַת צו פארמִשפֶּטוּנג [זען רומ' 8:1], אָבּער די מַתָּנה איז געקוּמען פוּן עַבֵירות רַבּוֹת צוּ רעכטפאַרטיקוּנג. 17 ווייל אויבּ דוּרך דער עַבֵירה פוּן דעם איינעם האָט דער טויט געהערשט דוּרך דעם דאָזיקן איינעם, וויפל מער וועלן די, וואָס זענען מקַבּל די שֶפע פוּן חֶסֶד, און פוּן דער מַתָּנה פוּן גערעכטיקייט, הערשן אין לעבּן דוּרך דעם אָדָם אֶחָד, רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 18 על-כּן, אזויווי דורך עֲבֵרָה אַחַת איז געקומען די פאַרמִשפּטוּנג [זען רומ' 8:1] אויף כל בְנֵי אָדָם, אזוי אויך דורך מצוה אֶחָד [מַעֲשֵה צְדָקָה פון משיח, זען רומ' 22-3:21; ישעיהו 53:8] איז זִכּוּי שֶל חַיִים צו כל בְנֵי אָדָם; 19 וואָרעם אַזויווי דוּרך דער ווידערשפּעניקייט פוּן דעם אָדָם אֶחָד זענען אַ סך געמאַכט געוואָרן פאר חוטאים, אַזוי אויך דוּרך דער געהאָרכזאַמקייט פוּן דעם איינעם [משיח] וועלן אַ סך געמאַכט ווערן פאַר צַדִיקִים [זען ישעיהו 53:11]. 20 די תּוֹרה אבּער איז אַרייַנגעקוּמען, כּדי די עבירות זאָלן זיך פאַרמערן; און וואוּ די עבירה האָט זיך פאַרמערט, איז דער חֶסֶד נאָך מער איבּערגעפלאָסן, 21 כּדי, ווי די עבירה האָט געהערשט אין מָוֶת, אַזוי זאָל דער חֶסֶד הערשן דוּרך צדקות [זִכּוּי, רעכטפאַרטיקוּנג, זען ישעיהו 53:11] צוּם חַיי עולם דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ אֲדוֹנֵנוּ יהושע/ישוע.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 4
Top of Page
Top of Page