Titus 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
טיט'2

ב דוּ אָבּער רעד דאָס, וואָס עס פאַסט זיך פאַר משיחס ארטאדאקסיש יידיש לערנוּנג : 2 אַז זקֵנים זאָלן זיין ניכטער, אויפריכטיק, שֵׂכֶלדיק, געזוּנט אין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, אין אַהֲבָה, אין סַבלָנות; 3 אַז די זקֵנות זאָלן דעסגלייכן זיך אויפפירן, ווי עס פּאַסט פאַר קדושה, נישט רעדן קיין רכִילות, נישט זיין פאַרשקלאַפט צוּ אַ סַך וויין, נאָר מְלַמְּדוֹת את הטוב, 4 כּדי זיי זאָלן דערציען די יוּנגע נָשים ליבּ צוּ האָבּן זייערע בּעלים און זייערע יְלָדים, 5 מיט כִּבּוּש הַיֵּצֶר צוּ זיין צנִיעוּתדיק און אייַנגעהאַלטן, ריין פירן די בּאַלעבּאַטישקייט, זיין פרייַנטלעך, אוּנטערטעניק זייערע אייגענע בּעלים, כּדי דאָס דָּבָר ה' זאָל נישט געלעסטערט ווערן. 6 די בּחוּרים זיי אויך אַזוי מַזהיר צוּ זיין אייַנגעהאַלטן. 7 אין אַלעם זאָלסטו דיך אליין האַלטן פאַר אַ בּייַשפּיל פוּן מַעשׂים-טובים; ארויסווייזנדיק אין דער לערנוּנג אוּמפאַרדאָרבּנקייט, ווירדיקן ערנצטקייט, 8 געזוּנטע וואָרט, וואָס קען נישט בּאַשולדיקט ווערן; כּדי דער מתנגד זאָל זיך פאַרשעמען, נישט האָבּנדיק קיין שוּם רַע צוּ זאָגן פון אוּנדז. 9 זיי מַזהיר עבדים צוּ זיין אוּנטערטעניק זייערע אייגענע אדונים, און צוּ זיין פאַר זיי וואוילגעפעלן אין אַלעם; נישט אַקייגנרעדן, 10 נישט גַנבענען, נאָר ארויסווייזן יעדע גוּטע געטרייַשאַפט, כּדי זיי זאָלן בּאַצירן די לערנוּנג פוּן ה', גואֲלֵנו, אין אַלעם. 11 מחמת דער חֶסֶד ה' האָט זיך בּאַוויזן פאַר אַ ישוּעה פוּן כל מענטשן, 12 און לערנט אוּנדז, אַז מיר זאָלן פאַרלייקענען דאָס רַע און די וועלטלעכע תּאוות, און לעבּן אייַנגעהאַלטן און צַדִּיק און פרוּם אין דער עוֹלם הַזֶּה, 13 און וואָרטן אויף דער געבּענטשטער תִּקְוָה און הוֹפָעָה פוּן דער כבוד פוּן אוּנדזער גרויסן אלוקים און גוֹאֵל רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 14 וואָס האָט זיך גוּפא געגעבּן פאַר אוּנדז, כּדי ער זאָל אוּנדז אויסלייזן פוּן יעדן רַע, און רייניקן פאַר זיך אַ עם פאַר זיין אייגנטוּם, וואָס איז אייפעריק אין מַעשׂים-טובים. 15 די דאָזיקע זאַכן רעד און זיי מַזהיר און שטראָף מיט דער כל רשות. זאָל קיינער דיך נישט פאַראַכטן

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Titus 1
Top of Page
Top of Page