1 Thessalonians 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
תֶּסָּלא4

ד און ווייטער, אַחִים במשיח, בּעטן מיר אייך און זענען אייך מַזהיר אין הָאָדוֹן יהושע/ישוע, אַז ווי איר האָט מקַבּל געווען פוּן אוּנדז וויאַזוי איר דאַרפט זיך פירן און וואוילגעפעלן ווערן צו ה', און טאַקע אַזוי ווי איר טוּט דאָס, זאָלט איר עס טאָן פיל פאַרמערן. 2 וואָרעם איר ווייסט דאָך וואָס פאַר מִצווֹת מיר האָבּן אייך געגעבּן דוּרך הָאָדוֹן יהושע/ישוע. 3 וואָרעם דאָס דאָזיקע איז דער רָצון ה', אייער קדוּשה : אַז איר זאָלט זיך אָפּהאַלטן פוּן זנוּת; 4 אַז יעדער איינער פוּן אייך זאָל וויסן ווי צו האַלטן זיין אייגענע כֵּלי אין קדוּשה און מיט כָּבוד; 5 נישט אין דער גלוּסטוּנג פוּן תַּאווה, ווי די שייגאָצים, וועלכע קענען נישט ה'. 6 און אַז קיינער זאָל נישט עוֹבר זיין און בּאַטריגן זיין אָח במשיח אין דעם זאַך; ווייל ה' איז זיך נוֹקם אין אַלע די דאָזיקע פאַלן, ווי מיר האָבּן עס אייך פריער געזאָגט און אויסדריקלעך געוואָרנט. 7 וואָרעם ה' האָט אוּנדז נישט בּאַרוּפן צוּ טוּמאה, נייערט צוּ קדוּשה, 8 דעריבּאר, דער וואָס פאַראַכט עס, פאַראַכט נישט אַ בן אדם, נייערט ה', וועלכער גיט אייך זיין רוּחַ הַקוֹדֶש. 9 און וואָס שַייך די אַהֲבָה פוּן די אַחִים במשיח, האָט איר נישט נייטיק, מע זאָל אייך שרייבּן, ווייל איר אַליין זענט געלערנט געוואָרן פוּן ה', ליבּ צוּ האָבּן איינער דעם אַנדערן. 10 וואָרעם איר טוּט עס אויך צו אַלע אַחִים במשיח, וואָס זענען אין מָקֵדוֹנְיָה. נאָר מיר זענען אייך מַזהיר, אַחִים במשיח, אַז איר זאָלט נאָך פיל מער טאָן, 11 און שטרעבּן צו פירן אַ שטיל לעבּן פון שְלוֹם בַּיִת, און טאָן דאָס אייַעריקע, און אַרבּעטן מיט אייערע אייגענע הענט א פּרנסה, אַזוֹיווי מיר האָבּן אייך געבּאָטן, 12 כּדי איר זאָלט אייך פירן אָנשטענדיק אָן לגבּי די, וואָס זענען אין דרויסן, און נישט דאַרפן אָנקוּמען צוּ קיינעם. 13 און מיר ווילן נישט איר זאָלט זיין אומוויסנד, אַחִים במשיח, וועגן די, וועלכע זענען אייַנגעשלאָפן (אין די שלאָפן פון טויט), כּדי איר זאָלט זיך נישט מצַער זיין מיט עָגְמַת נֶפֶש, ווי די איבּעריקע, וואָס האָבּן נישט קיין תִּקְוָה. 14 וואָרעם ווי מיר גלויבּן, אַז יהושע/ישוע איז געשטאָרבּן און איז ווידער אויפגעשטאַנען [זען קורא 11-15:1], אַזוי וועט ה' בּרענגען די, וואָס זענען אייַנגהעשלאָפן אין יהושע/ישוע, אינאיינעם מיט אים. 15 וואָרעם דאָס דאָזיקע זאָגן מיר אייך אין אַ דָּבָר פון הָאָדוֹן, אַז מיר, די לעבּעדיקע, וואָס בּלייבּן איבּער בּיז צום קוּמען פון הָאָדוֹן, וועלן בּשוּם-אוֹפן נישט פאָרויסגיין די איינגעשלאָפענע; 16 ווייל הָאָדוֹן אַליין וועט אַראָפּנידערן פוּן הימל, מיט אַ שאַל, מיט דעם קוֹל פוּן דעם שַר-הַמַלאָכים, און מיט דעם שוֹפר פוּן ה'; און די מֵתִים אין מָשיחַ וועלן קוֹדֶם איופשטיין [זען דניאל 12:2]; 17 דאַן מיר, די לעבּעדיקע, וועלכע זענען איבּערגעבּליבּן, וועלן צוזאַמען מיט זיי אַרויפגעכאַפּט ווערן אין די וואָלקנס, צוּ בּאַגעגענען הָאָדוֹן אין דער לוּפט; און אַזוי וועלן מיר תָּמיד זיין מיט הָאָדוֹן. 18 דערפאַר, טרייסט איינער דעם אַנדערן מיט די דאָזיקע דבָרים [דניאל 14-7:13; זכריה 14:5].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Thessalonians 3
Top of Page
Top of Page