1 Timothy 5
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
טימא5

ה זאָלסט דיך נישט בּייזערן אויף אַ זָקן, נאָר זיי אים מַזהיר ווי אן אָב; די ייִנגערע מענער ווי אַחִים, 2 די אַלטע פרויען ווי אִמָּהוֹת, די ייִנגערע ווי אָחוֹת, אין מלוֹא הַטֹּהַר. 3 גיבּ אָפּ כָּבוד צוּ אַלמָנות, וועלכע זענען בּאֶמת אַלמָנות. 4 אויבּ אָבּער אַ געוויסע אַלמָנה האָט בָּנים, אָדער בּני בּנים, זאָלן זיי קודם כל לערנען צו זיין פרוּמקייט און יראת שמים אין זייער אייגענער מִשפָּחה, און אָפּצוצאָלן גוטס צו די הוֹרים; וואָרעם דאָס דאָזיקע איז אָנגענוּמען פאַר ה'. 5 און די, וואָס איז אַן אֶמֶתע אַלמָנה, און איז איינזאָם, האָט געזעצט איר תִּקְוָה אויף ה', און האַלט אָן מיט תחינות און דאַווענענדיק תפילות יוֹמָם וָלַיְלָה. 6 די אָבּער, וועלכע לעבּט אין תַּענוּגים, איז טויט בּעת לעבּעדיק. 7 און דאָס זאָלסטוּ בּאַפעלן, כּדי זיי זאָלן זיין אָן אַ פעלער. 8 אויבּ אָבּער עמיצער זאָרגט נישט פאַר זיינע קרוֹבים, און איבּערהויפּט פאַר זיין אייגן בני בית, האָט ער פאַרלייקנט די [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, און איז ערגער פון אַן אֶפִּיקורוס. 9 אַלס אַן אַלמָנה זאָל פאַררעכנט ווערן [אין חברא אלמנות עבודת קודש] די, וואָס איז נישט ווייניקער ווי 60 יאָר אַלט, און וואָס איז געווען נְשׂוּאָה צו אִיש אֶחָד, 10 וועגן וועלכער מען זאָגט עדות אויף אירע מַעשׂים-טובים, צי זי האָט דערצויגן בּנים, אויפגענומען אוֹרחים, געוואַשן די רגלים פוּן די קדוֹשִים, געהאָלפן די ליידנדיקע, נאכגעפאָלגט כלערליי מַעשׂים-טובים. 11 די ייִנגערע אַלמָנות אָבּער זאָלסטוּ נישט אָננעמען; וואָרעם ווען זיי לעבּן אין פאַרגעניגנס קעגן רֶבּי מלך המָשיחַ, ווילן זיי חתוּנה האָבּן; 12 זיי פאַרדינען אַ מִשפּט, ווייל זיי האָבּן פאַרלאָזן זייער ערשטן עֲבוֹט (צוזאָג) [פון עבודת קודש, זען טימא 5:9,15; קול' 4:17; טימב 4:10; טימא 5:14]. און אין דער זעלבּיקער צייט לערנען זיי צו זיין פויל, אַרומגייענדיק פוּן בֵּית צוּ בֵּית; און נישט בּלויז צו זיין פויל, נאָר זענען אויך פּלוידערינס און מישן זיך אין יענעמס געשעפטן, רעדנדיק וואָס מען דאַרף נישט. 14 איך וויל, דעריבּער, אַז די ייִנגערע אַלמָנות זאָלן חַתוּנה האָבּן, געבּוירן יְלָדים, פירן די בּאַלעבּאַטישקייט, און נישט געבּן דעם שׂוֹנא קיין שום געלעגנהייט צוּ לעסטערן; 15 וואָרעם אייניקע האָבּן זיך שוֹין אַוועקגעקערט נאָך הַשָׂטן. 16 אויבּ אַן אִשה, וואָס גלויבּט, האָט אַלמָנות בּיי זיך, זאָל זי זיי פאַרזאָרגן, און נישט פאַלן צו לאַסט די משיחס ברית חדשה קהִלָּה; כּדי צו קענען פאַרזאָרגן די בּאֶמת אַלמָנות. 17 די [בּית הכּנֶסֶת] זִקנֵי הָעֵדָה, וועלכע הערשן גוט, זאָלן בּאַטראַכט ווערן ווי רָאוּי פוּן טאָפּלטן כָּבוד, איבּערהויפּט די, וועלכע בּאַמיען זיך אין דעם דָּבָר ה' און אין דער לערנוּנג. 18 וואָרעם דער פָּסוק זאָגט: לֹא תחסֹם שוֹר בְּדִישוֹ [דברים 25:4]. און: דער פועל איז ראוי פון לוין זיינעם. 19 קעגן אַ [בּית הכּנֶסֶת] זקן זאָלסטו נישט אָננעמען קיין אָנקלאָג, אַחוץ אין דער קענגוואַרט פון 2, אָדער 3 עֵדות. 20 די, וואָס זינדיקן, זאָלסטו שטראָפן פאַר אַלעמען, כּדי די איבּעריקע זאָלן מוֹרא האָבּן. 21 איך בּאַפעל דיר פאַר ה' און רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע און די אויסדערוויילטע מַלאָכים, אַז דוּ זאָלסט אָפּהיטן די דאָזיקע זאַכן אָן פאָראורטייל, און גאָרנישט טאָן מיט מַשׂוֹא פָּנִים. 22 גיבּ קיינעם נישט קיין געאיילט סמִכַת-ידים [זען קוֹדם כל ווערן אויסגעפּרוּאווט; שפּעטער זאָלן זיי דינען, טימא 3:10]; בּאטייליק דיך נישט אין די עבירות פון אַנדערע; האַלט דיך טָהוֹר. 23 טרינק נישט מער רַק מים, נאָר געבּרויך אַבּיסל וויין צוליבּ דיין מאָגן און די אָפטע שלאַפקייטן דיינע. 24 די עבירות פוּן אייניקע בני אדם זענען קלאָר אַנטפּלעקט, און גייען פאָרויס צוּם מִשפּט, אָבּער עטלעכע מענטשן פאָלגן זיי נאָך. 25 אַזוי אויך זענען די מַעשׂים-טובים קלאָר אַנטפּלעקט פאָרויס, און די, וואָס זענען נישט אזוי, קענען דאָך נישט פאַרבּאָרגן ווערן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Timothy 4
Top of Page
Top of Page