1 Timothy 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
טימא4

ד דער רוּחַ הַקוֹדֶש אָבּער זאָגט בּפֵירוש, אַז אין די שפּעטערע צייטן וועלן אייניקע אַוועקפאַלן פוּן דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, האַלטנדיק זיך צוּ פאַרפירערישע גייסטער [יוחא 4:1] און לערנוּנגען פוּן שֵדים, 2 דוּרך דער צביעות פוּן בני אדם, וואָס רעדן ליגנס, אויסגעבּרענט אין זייער אייגן געוויסן ווי מיט אַ גליענדיק אייזן; 3 זיי אַסֶרן חַתוּנה צוּ האָבּן, בּאַפעלנדיק [גוֹיִים] זיך צוּריקהאַלטן פוּן געוויסע מאכלים, וועלכע ה' האָט בּאַשאַפן צום געניסן מיט תוֹדָה פוּן די, וואָס גלויבּן און האבּן דַּעַת פון דעם [ארטאדאקסיש יידיש אֶמת, זען מהש 25-21:20] אֶמת. 4 ווייל יעדע בּאַשעפעניש פוּן ה' איז גוט, און קיין זאָך דאַרף נישט פאַרוואָרפן ווערן, אויבּ סע ווערן אָנגענוּמען מיט א ברוך ה'; 5 וואָרעם סע ווערט געהייליקט דוּרך דעם דָּבָר ה' און דאַווענענדיק תפילות. 6 אויבּ דוּ וועסט דאָס פירלייגן פאַר די אַחִים במשיח, וועסטוּ זיין אַ גוּטער משרת פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, דערצויגן אין די דבָרים פוּן דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה און פוּן דער גוּטער לערנוּנג וועלכער דוּ האָסט שוין נאָכגעפאָלגט. 7 אָבּער זאָלסטו אויסמיידן די געמיינע אַגָּדוֹת און בָּבא-מַעשׂות [זען גולם, סנהדרין 65ב]. איבּ דיך צו יראת-שמים; 8 וואָרעם די קערפּערלעכע איבּונג בּרענגט ווייניק נוּצן; חֲסִידוּת (יראת-שמים) אָבּער איז נוּצלעך צו אַלעם, האָבּנדיק אַ חַבטָחה אויף דעם חַיֵּים אין עוֹלם הַזֶה, און וְהָעוֹלָם הַבָּא. 9 אֶמת איז דאָס דָּבָר, און ווערט אינגאַנצן אָנגענומען צו ווערן; 10 וואָרעם פאַר דעם דאָזיקן אֲנַחְנוּ עֲמֵלִים און נֶאֱבָקִים, ווייל מיר האָבּן געזעצט אוּנדזער תִּקְוָה אויף דעם אלוקים חיים, וועלכער איז דער גוֹאֵל פוּן כל בני אדם, בִּפרט פוּן די, וואָס גלויבּן. 11 די דאָזיקע זאַכן בּאַפעל און לערן. 12 זאָל קיינער נישט מבזה זיין דיין יוּגנטלעכקייט, נאָר זיי אַ בּייַשפּיל פאַר די, וואָס גלויבּן, אין דִבּוּר, אין הִתְנַהֲגוּת, אין אַהֲבָה, אין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, אין הַטֹּהַר. 13 בּיז איך קוּם, שְקוד אויף לייענען, אויף מוּסר-זאָגן, אויף לערנען. 14 פאַרנאַכלעסיק נישט די מַתָּנה פון חסד אין דיר, די מַתָּנה וועלכע איז דיר געגעבּן געוואָרן דוּרך נבוּאה און מיט דער סמִיכה דוּרך די הענט פון די [בּית הכּנֶסֶת] זִקנֵי הָעֵדָה. 15 זאָרג וועגן די דאָזיקע זאַכן, בּאַשעפטיק דיך מיט זיי, כּדי דיין פאָרטשריט זאָל זיין בּאשיינפּערלעך קלאָר פאַר יעדן איינעם. 16 זיין שומר איבער דיר אליין און דיין נפש און אויף דיין [ארטאדאקסיש יידיש] לערנוּנג; פאַרבּלייַבּ אין זיי; וואָרעם אין טאָן דאָס, וועסטוּ ראַטעווען דיך אַליין פאר ישועת אלוקינו, און די, וועלכע הערן דיך.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Timothy 3
Top of Page
Top of Page