1 Timothy 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
טימא3

ג עס איז אַ בּאַגלויבּט דָּבָר : אויבּ איינער שטרעבּט צו דער שטעלע פון אַ מַשגיחַ פון אַן עֵדת ה', בּאַגערט ער אַ גוּטע דאָך. 2 דער משגיחַ עֵדת ה' מוּז דערפאר זיין אָן אַ פעלער, דער אִיש פוּן איין אִשָה, ניכטער, בּאַשיידן, אַן עָנָו, אַ מַכניס-אוֹרַח, פעאיִק צוּ לערנען; 3 נישט קיין שִיכּור, נישט קיין שלעגער, נאָר איידל, נישט בּעל מחלוקת, נישט קיין געלטליבּהאָבּער; 4 איינער, וואָס הערשט וואויל מיט זיין אייגן בֵּית, האַלטנדיק זיינע בנים אין אונטערטעניקייט, מיט דער גאַנצער ערלעכקייט; 5 אויבּ איינער ווייסט נישט ווי צוּ הערשן איבּער זיין אייגן בֵּית [בנים, רביצין], וויאַזוי זשע וועט ער זאָרגן איבּער דער עֵדת ה'? 6 נישט קיין נייער תַּלמיד, טאָמער וועט ער זיך אויפבּלאָזן, און וועט אַרייַנפאַלן אין דעם מִשפּט פוּן הַשָטן. 7 און ער מוּז האָבּן אַ שֶם טוב בּיי די, וואָס זענען אין דרויסן, כּדי ער זאָל נישט אַרייַנפאַלן אין קיין חַרפּה און אין דער נעץ פוּן הַשָטן. 8 אויך אזוי מוזן די [בּית הכּנֶסֶת] שמשים זיין ערווירדיקע לייט, נישט קיין טאָפּלצונגיקע, נישט קיין ליבּהאָבּער פון פיל וויין, נישט גענייגט נאָך שענדלעכן געווין; 9 וואָס האַלטן דעם סוֹד פוּן דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה אין אַ ריינעם געוויסן. 10 און זאָלן די דאָזיקע קוֹדם כל ווערן אויסגעפּרוּאווט; שפּעטער זאָלן זיי דינען ווי [בּית הכּנֶסֶת] שמשים, אויבּ זיי זענען אָן אַ פעלער. 11 אויך אזוי דאַרפן די נָשים [זען רומ' 16:1, שַמָּשִית הַקְהִילָה] זיין ערנצט, נישט קיין רכִילות-טרייַבּערינס, ניכטער, געטריי אין אַלעם. 12 [בּית הכּנֶסֶת] שמשים זאָלן זיין בני אדם פוּן איין אִשָּה, וואָס הערשן גוט איבּער זייערע בּנים און איבּער זייערע אייגענע בָּתִים. 13 וואָרעם די, וואָס האָבּן גוט געדינט אַלס [בּית הכּנֶסֶת] שמשים, דערווערבּן זיי זיך אַ גוטע שטופע און גרויס פּתחון-פּה אין דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, וואָס איז אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 14 די דאָזיקע זאַכן שרייבּ איך דיר, האָפנדיק צוּ דיר צו קוּמען אין גיכן, 15 און אויבּ איך וועל מיך פאַרזאַמען, כדי דו זאָלסט וויסן וויאַזוי מען דאַרף זיך אויפפירן אין דעם בֵּית ה', וועלכעס איז די קְהִלַּת פון אלוקים חיים, דער זייַל און יסוֹד פוּן [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת. 16 בּלִי-סָפק, גָּדוֹל איז דער סוֹד פוּן דער [ארטאדאקסיש יידיש] חֲסִידוּת [זען טימא 3:9] : אלוקים איז אַנטפּלעקט געוואָרן אין דעם בַשׂר [מתגשם, זען יוחנן 1:1], הייתה מוצדק פון דעם רוּחַ הַקוֹדֶש [זען רומ' 1:4], בּאַוויזן צוּ מַלאָכים, געדרשענט געוואָרן צווישן די אוּמוֹת, געגלויבּט אין דער וועלט, אַרויפגענוּמען געוואָרן אין הערלעכקייט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Timothy 2
Top of Page
Top of Page