Luke 23
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס23

כג און זייער כל הנאספים איז אויפגעשטאַנען, און האָבּן אים געבראַכט פאַר פִּילָאַטוס. 2 און זיי האָבּן אים אָנגעהויבּן צוּ בּאַשוּלדיקן, אַזוי צוּ זאָגן: דעם דאָזיקן האָבּן מיר געפוּנען, אַז דער דאָזיקער פאַרפירן עַמֵנּוּ, און פאַרווערט צוּ געבּן מַס דעם קסר, און זאָגט, אַז ער איז דער [רֶבּי] מֵלֶך-הַמָשִיחַ. 3 און פִּילָטוֹס האָט אים געפרעגט: בּיסטוּ דער מֵלך פוּן די ייִדן? און ער האָט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: דוּ זאַגסט עס! 4 און פִּילָטוֹס האָט געזאָגט צוּ די ראָשי-כֹּהַנים און דעם המונים מענטשן: איך געפין נישט קיין שום שוּלד אין דעם דאָזיקן מענטשן! 5 אָבּער זיי האבּן זיך געהאלטן דערבּיי, און האָבּן געזאָגט: ער העצט אויף דאָס עם, מיט זיין לערנען אין כל יהוּדה, אָנהויבּנדיק פוּן גָלִיל בּיז דאַנען! 6 און אָז פִּילָטוֹס האָט דאָס געהערט, האָט ער געפרעגט, צי דער מענטש איז אַ גלילי. 7 און דערוויסנדיק זיך, אַז ער איז פוּן מֶמשָלה פון הוֹרדוס, האָט ער אים געשיקט צוּ הוֹרדוסן, וועלכער איז אליין אויך געווען אין ירושלים אין די דאזיקע טאג. 8 און ווען הוֹרדוס האָט געזען רבי מֵלך המָשיחַ, האָט ער זיך זייער געפרייעט, מחמת שוין אַ לאַנגע צייט, אַז ער האָט אים בּאַגערט צוּ זען, מחמת ער האָט געהערט וועגן אים, און ער האָט געהאָפט צוּ זען עפּעס אַ נֶס דוּרך אים. 9 און ער האָט אים געשטעלט א סך קשיות; אָבּער ער האָט אים גאָרנישט געענטפערט. 10 און די ראָשי-כּוֹהַנים און די סוֹפרים [רַבָּנִים] זענען געשטאַנען, און האָבּן אים שווער בּאַשוּלדיקט. 11 און הוֹרדוס מיט זיינע חיּלים האָבּן אים געמאַכט צוּ גאָרנישט, און אים אויסגעלאַכט, און אָנטוּענדיק אים אין גְלִימָה מַבהִיקָה, האָט ער אים צוּריקגעשיקט צוּ פִּילָטוֹס [זען ישעיהו 8-53:7]. 12 און הוֹרדוס און פִּילָטוֹס זענען יענעם יוֹם געוואָרן יְדִידִים איינער מיטן אַנדערן, מחמת פריער זענען זיי געווען שָרְרָה אֵיבָה צווישן זיך. 13 און פִּילָטוֹס האָט צוּזאַמענגערוּפן די ראָשי-כֹּהַנים, און די שָׂרים, און העם, 14 און האָט צוּ זיי געזאָגט: איר האָט צוּ מיר געבּראַכט דעם דאָזיקן מענטשן, ווי איינעם, וואָס פאַרפירט העם; און אַזוי ווי איך האָבּ אים אויסגעפאָרשט פאַר אייך, און הנה, איך האָבּ נישט געפוּנען אין דעם דאזיקן מענטשן קיין שום שולד, וואס שייך דעם, וואס איר קלאָגט אים אָן. 15 לֹא, אויך נישט הוֹרדוס, מחמת ער האָט אים צוּריקגעשיקט צוּ אוּנדז; און הנה האָט ער גאָרנישט געטאָן, הַמְחַיֵּב מָוֶת. 16 איך וויל אים דערפאר אעניש מיט מלקוֹת, און אים לאָזן פריי. 17 און ער האָט געמוּזט אָפּלאָזן פאר זיי איינעם אויף יום-טוֹב. 17 און דער כל המון האָט אויסגעשריגן: אַוועק מיט דעם דאָזיקן, און בּאַפריי אוּנדז בַּר-אַבָּאן! 19 און יענער איז צוּליבּ עפּעס אַ מרִידה אין דער עיר, און פאַר אַ רצִיחה, אַרייַנגעוואָרפן געוואָרן אין דער בֵּית הַסֹּהַר אַריין. 20 און פִּילָטוֹס האָט צוּ זיי ווידער אויסגערופן, וועלנדיק אָפּלאָזן יהושע/ישוע; נאָר זיי האָבּן געשריגן: 21 אויפהענגע אים על דער בּוֹים [זען דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ תָּלוּי על הָעֵץ]! אויפהענגע אים על דער בּוֹים! 22 און ער האָט צוּם 3טער מאָל צוּ זיי געזאָגט: פאַרוואַס, וואָסער רָעָה האָט ער געטאָן? איך האָבּ אין אים נישט געפוּנען קיין אַשְמָה מְחַיֶּבֶת מָוֶת; איך וועל אים דערפאר אויספּאַטשן און אים לאָזן פריי. 23 אָבּער זיי זענען צוּ אים צוּגעשטאַנען, און מיט קוֹל גדוֹל געשרייען האָבּן זיי פאַרלאַנגט, אַז ער זאָל אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ תָּלוּי על העץ]. און די געשרייען זייערע האָבּן גוֹבר געווען. 24 און פִּילָטוֹס האָט אַרויסגעגעבּן אַ פּסַק, אַז זייער פאָדערונג זאָל געשען. 25 און ער האָט בּאַפרייט דעם, וואָס איז אַרייַנגעוואָרפן געוואָרן אין דער בֵּית הַסֹּהַר אַריין פאַר מרִידה און רצִיחה, וועמען זיי האָבּן פאַרלאַנגט; און רבי מֵלך המָשיחַ האָט ער איבּערגעגעבּן לויט זייער ווילן. 26 און ווען זיי האָבּן אים אַוועקגעפירט, האָבּן זיי געכאַפּט א געוויסן שִמעון פוּן קוּריני, וואָס איז געקוּמען פוּן דעם שָׂדֶה, און האָבּן אויף אים אַרויפגעלייגט משיחס בּוים, אים נאָכצוּטראָגן רבי מֵלך המָשיחַ. 27 און עס איז אים נאָכגעגאַנגען אַ גרויסער הַמוֹן-עם, און פוּן נָשים, וואָס האָבּן אים בּאַווינט און בּאַקלאָגט. 28 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך געווענדט צוּ זיי, און געזאָגט: בְּנוֹת יְרושָלַיִם, אַל תִבְכֶינָה עָלַי, אֶלָא עַל עַצְמְכֶן בְכֶינָה וְעַל יַלְדֵיכֶן, 29 כִי הִנֵּה יָמִים בָאִים וְיֹאמְרו אַשְרֵי הָעֲקָרוֹת, אַשְרֵי כָל בֶטֶן שֶלֹא יָלְדָה וְאַשְרֵי הַשָדַיִם שֶלֹא הֵינִיקוּ. 30 אָז יֹאמְרו אֶל הֶהָרִים, נִפְלו עָלֵינו, וְאֶל הַגְבָעוֹת כַּסּוּנוּ; 31 שֶהֲרֵי אִם כָכָה עוֹשִים בָעֵץ הַלַח, מַה יִקְרֶה לַיָבֵש? 32 און אויך 2 פּוֹשעים [ישעיהו 53:9,12], זענען געפירט געוואָרן מיט אים געטייט צוּ ווערן. 33 און ווען זיי זענען געקוּמען צוּ דעם פּלאַץ, וואָס איז גערוּפן געוואָרן גָלגָלתָּא, האָבּן זיי אים דאָרט אויפהענגע על דער בּוֹים [זען דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ תּלוּי על העץ], און די רשָעים, איינעם צוּ דער רעכטער האַנט און דעם אַנדערן צוּ דער לינקער. 34 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: אלוקים אבי, זיי זיי מוֹחל; מחמת זיי ווייסן נישט וואָס זיי טוּען! און בּיים צעטיילן זיינע קליידער צווישן זיך, האָבּן זיי יפּילוּ גוֹרל [זען תהלים 22:19]. 35 און העם איז געשטאַנען און האָט צוּגעקוּקט; און מיט זיי די שָׂרים האָבּן פוּן אים אָפּגעשפּעט, און געזאָגט: אַנדערע האָט הוּא הוֹשִיעַ; זאָל ער זיך אַליין יוֹשִיעַ, אויבּ ער איז דער רבי מֵלך המָשיחַ פוּן ה', בְּחִיר האלוקים! 36 און אויך די אנשי הצבא האָבּן אים אויסגעלאַכט, און האָבּן גענעענט און אים געגעבּן חֹמֶץ [זען תהלים 69:21], און געזאָגט: 37 אויבּ דוּ בּיסט דער מֵלך פוּן די ייִדן, הוֹשַע דיך אַליין. 38 און איבּער אים איז אויך געווען אַן אויפשריפט: דאָס איז דער מֵלך פוּן די ייִדן. 39 און איינער פוּן די פּוֹשעים, וואָס איז געהאָנגען געוואָרן, האָט אים געלעסטערט, אַזוי צוּ זאָגן: צי בּיסטוּ נישט דער רבי מֵלך המָשיחַ? הַצֵּל דיך אליין און אוּנדז! 40 און דער אַנדערער האָט ענטפערנדיק אָנגעשריגן אויף אים, און געזאָגט: צי האָסטוּ אַפילו נישט ירֵא ה', וואָס דוּ טוּסט ליידן די זעלבּע גזר דּין? 41 און מיר אַווַדאי לויטן מִשפּט; מחמת מיר קריגן דעם שׂכַר, וואָס אוּנדזערע מַעשׂים זענען ווערט געווען; דער דאָזיקער אָבּער האָט נישט געטאָן קיין שוּם רַע. 42 און ער האָט געזאָגט: יהושע/ישוע, געדענק מיך, ווען דוּ וועסט קוּמען אין דיין מַלכות אַריין! 43 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: אָמֵן, איך זאָג דיר, היינט וועסטוּ זיין מיט מיר אין גַן-עֵדן. 44 און עס איז שוין געווען אַרוּם דער 6טער שָעה , און אַ חֹשֶךְ איז געקוּמען איבּער כל הארץ, בּיז דער 9טער שָעה. 45 און די שֶמֶש איז פינצטער געוואָרן; און דאָס פָּרוֹכֶת פוּן דעם הֵיכל איז צעריסן געוואָרן אין צווייען. 46 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געשריגן מיט אַ קוֹל גדוֹל, און האָט געזאָגט: אלוקים אָבִי, בְיָדְךָ אַפְקִיד רוחִי [זען תהלים 6-31:5]! און ווען ער האָט דאָס געזאָגט, האָט ער אויסגעהויכט זיין נשָמה [זען פרייטיק, אַפּריל 3, סהנ 33, נִיסָן 14, 3793]. 47 און אַז דער שַׂר הַמֵּאָה האָט געזען וואָס עס איז געשען, האָט ער געזאָגט בּרוּך ה', און האָט געזאָגט: אָמֵן, דער דאָזיקער מענטש איז געווען אַ צַדיק! 48 און כל המונים מענטשן, וואָס זענען זיך צונויפגעקומען צו דער דאזיקער זעאונג, זעענדיק די זאכן, וואָס זענען געשעען, האָבּן זיך געשלאָגן אויף דער בּרוסט און זיך אומגעקערט. 49 און כל זיינע בּאַקאַנטע, און די נָשים, וועלכע האָבּן אים נאָכגעפאָלגט פוּן גָלִיל, זענען געשטאַנען פוּן דערווייַטנס און האָבּן דאָס צוּגעזען. 50 און הנה איז געווען אַ מענטש, יוֹסף שְמוֹ, פוּן דער ייִדישער שטעטל רָמָתַים. ער איז געווען אַ בַּעל-יוֹעץ פון סנהדרין, אַ גוּטער מענטש און אַ צַדיק 51 וואָס האָט נישט מַסכּים געווען מיט זייער עֵצה, אָדער מיט זייערע מַעשׂים, און מחַכֶּה פאר מַלכות ה'. 52 דער דאָזיקער איז געגאַנגען צוּ פִּילָטוֹס, און האָט געבּעטן דעם גוּפָה פוּן יהושע/ישוע. 53 און ער האָט אים אַראָפּגענוּמען, און האָט אים אייַנגעוויקלט אין לייַוונטע תַּכרִיכים, און האָט אים אַרייַנגעלייגט אין אַ קֵבר [זען ישעיהו 53:9] חצוּב בּסֶלַע, און אין וועלכן קיינער איז נאָך קיינמאַל נישט געלעגן. 54 און עס איז געווען עֶרֶב-שַבּת, און דער שַבּת האָט גענעענט. 55 און די נָשים, וואָס זענען געקוּמען מיט אים פוּן גָלִיל, זענען נאַכגעגאַנגען, און האָבּן בּאַקוּקט דעם קֵבר, און וויאַזוי זיין גוּפָה איז געלייגט געוואָרן; 56 און זיי האָבּן זיך אוּמגעקערט, און האָבּן אַנגעבּרייט בּשָׂמים און מרקחות. און שַבּת האָבּן זיי שָבְתוּ לויט דעם מִצְוָה [פון דער תּוֹרה, דברים 5:12].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 22
Top of Page
Top of Page