Luke 24
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס24

כד בּרִאשון בּשבוּע, לפני עלוֹת השחר, זענען זיי געקוּמען צוּם קֵבר, און האָבּן געבּראַכט די בּשָׂמים, וואָס זיי האָבּן אָנגעבּרייט. 2 און זיי האָבּן געפוּנען דעם שטיין אַוועקגעקייַקלט פוּן דעם קֵבר, 3 און ווען זיי זענען אַרייַנגעגאַנגען, האָבּן זיי נישט געפוּנען דעם גוּפָה פוּן רבּי מֵלך המשיח הָאָדוֹן יהושע/ישוע. 4 און עס איז געווען, בּשעת זיי זענען אַזוי געווען מבולבּל וועגן דעם, הנה 2 גְּבָרִים זענען געשטאַנען נעבּן זיי אין שטראַלנדיקע קליידער; 5 און ווי זיי האָבּן זיך דערשראָקן און גענייגט די פּנימער ארצה, און די גְּבָרִים האָבּן צוּ זיי געזאָגט: לָמָה אַתֶן מְחַפְשוֹת אֶת הַחַי בֵין הַמֵתִים? 6 הוא אֵינֶנו פֹה, הוא קָם לִתְחִיָּה. זְכֹרְנָה מַה שֶאָמַר לָכֶן עוֹד בִהְיוֹתוֹ בַּגָּלִיל. 7 און האָט געזאָגט, אַז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] מוּז איבּערגעגעבּן ווערן אין די הענט פוּן אנשים חוֹטאים, און אויפהענגע על דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִיחַ תּלוּי על העץ], און דעם יום השלישי ווידער אויפשטיין [תהלים 16:10; הושע 6:2]. 8 און זיי האָבּן זיך דערמאָנט רייד פון רבּי מֵלך המשיח, 9 און האָבּן זיך אוּמגעקערט פוּן דעם קֵבר, און האָבּן כל דערציילט צוּ די 11, און צוּ כל איבּעריקע. 10 און דאָס זענען עס די, וואָס האָבּן דערציילט די שלִיחים די דאָזיקע זאַכן: מִריָם פוּן מַגדָלָה, און יוֹחָנָה, און מִריָם אֵם יַעקֹב, און די אַנדערע נָשים מיט זיי. 11 און די דאָזיקע דברים האָבּן אויסגעזען אין זייערע אויגן ווי נארישקייט, און זיי האָבּן זיי נישט געגלויבּט. 12 און כֵּיפָא איז אויפגעשטאַנען, און איז געלאָפן צוּם קֵבר; און אַז ער האָט זיך אייַנגעבּויגן און אַרייַנגעקוּקט, האָט ער געזען די תַּכרִיכים אַליין; און ער האָט זיך אוּמגעקערט אַהיים, און מיט צריך עיון האָט זיך געחִידושט איבּער דעם, וואָס עס איז געשען. 13 און הִנֵּה, 2 פוּן זיי זענען גראָד יענעם יוֹם געגאַנגען צוּ אַ שטעטל וואָס האָט געהייסן אַמָאַוּס, וואָס איז געלעגן 60 פעלד-אַקער פוּן ירוּשָלַיִם. 14 און זיי האָבּן געשמוּעסט איינער מיט דעם אַנדערן וועגן דעם, וואָס איז פאָרגעקומען. 15 און עס איז געווען, ווען זיי האָבּן געשמוּעסט און זיך אוינאיינעם מפַלפּל געווען, אַז רבי מֵלך המשיח אַליין האָט גענעענט, און איז מיט זיי געגאַנגען. 16 אָבּער זייערע אויגן זענען געווען פאַרשטעלט, כּדי זיי זאָלן אים נישט דערקענען. 17 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: וואָסערע גערעדערייען זענען דאָס, וואָס איר פירט איינער מיט דעם אַנדערן בַּדֶּרֶך? און זיי זענען געבּליבּן שטיין מיט בּאטריבּטע פּנימער. 18 און איינער פוּן זיי, מיטן נאָמען קלעאָפאַס [זען יוחנן 19:25], האָט אים געענטפערט: בּיסטוּ דער רַק אוֹרֵחַ אין ירוּשָלַיִם וואס ווייֵסט נישט די געשעענישן, וואָס זענען דאָרטן געשען אין די דאָזיקע טעג? 19 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: וואָסערע געשעענישן? הָאבּן זיי צוּ אים געזאָגט: פוּנוועגן יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת, וואָס איז געווען אַ נָביא, מעכטיק אין מַעשׂים און אין דָּבָר, פאַר ה' און דעם כל העם, 20 און וויאַזוי אוּנדזערע ראָשי-כֹּהַנים און שָׂרים האָבּן אים איבּערגעגעבּן פאַר מִשפּט מָוֶת, און אים אויפהענגע על דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ תּלוּי על העץ]. 21 אָבּער מיר האָבּן געהאָפט, אַז ער איז דער, וואָס האָט געזאָלט אויסלייזן יִשׂרָאל, און חוּצדעם אַלעמען, איז היינט שוין דער יום השלישי, פוּן זינט דאָס איז געשען. 22 דערצוּ נאָך האַבּן עטלעכע נָשים מִקּרבֵּנוּ אוּנדז איבּערראַשט; זיי זענען בּבֹּקר געווען בּיים קֵבר, 23 און ווען זיי האַבּן נישט געפוּנען זיין גוּפָה, זענען זיי געקוּמען און האַבּן געזאָגט, אַז זיי האַבּן אויך געזען אַ חָזוֹן פוּן מַלאָכים, וואָס האַבּן געזאָגט, אַז הוּא חַי [זען בראשית 45:26]! 24 און עטלעכע פוּן די אוּנדזעריקע זענען געגאַנגען צוּם קֵבר, און האַבּן אים געפוּנען טאקע אַזוי ווי די נָשים האַבּן געזאָגט; אָבּער אים האַבּן זיי נישט געזען. 25 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: אָ איר נאַראָנים און וואס דאס האַרץ איז אייך שווער צוּ גלויבּן כל, וואָס די נבִיאים האַבּן גערעדט! 26 צי האָט נישט דער רֶבּי מלך המָשיחַ געדאַרפט ליידן די דאַזיקע זאכן, און אַרייַנגיין אין זיין כבוד? 27 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אָנגעהויבּן פוּן תורת משה און פון כל הנבִיאים, האָט ער פאַרטייַטשט פאר זיי אין כל כִּתְבֵי-הַקוֹדֶש די זאַכן וועגן רבי מֵלך המָשיחַ גוּפא. 28 און זיי האַבּן זיך דערנענטערט צוּ דעם שטעטל, וואוּהין זיי זענען געגאַנגען; און ער האָט זיך געמאַכט, ווי ער וואָלט וועלן גיין ווייטער. 29 און זיי זענען צוגעשטאנען צו אים, אַזוי צוּ זאָגן: פאַרבּלייַבּ מיט אוּנדז, ווייל עס האלט שוין בּאלד בּיים אָוונט, און דער יוֹם האָט זיך שוֹין גענייגט! און ער איז אַריינגעגאַנגען צוּ פאַרבּלייַבּן מיט זיי [זען אלוקים מיט אוּנדז, ישעיהו 7:14]. 30 און עס איז געווען, בּשעתן ער איז מיט זיי מְסיבּה בּיים טיש, האָט ער גענוּמען מַצה און אַ בּרָכה געמאַכט, און בּיים בּציעת הלחם ער זיי געגעבּן. 31 און זייערע אויגן זענען געעפנט געוואָרן, און זיי האַבּן אים דערקענט; און ער איז פאַרשוואוּנדן פאַר זייערע אויגן. 32 און זיי האַבּן איינער צוּם אַנדערן געזאָגט: האָט לִבֵּנוּ נישט געבּרענט אין אוּנדז, ווען ער האָט צוּ אוּנדז גערעדט אויפן דֶּרֶךְ, און פאַר אוּנדז געעפנט די כִּתְבֵי-הַקוֹדֶש? 33 און זיי זענען אויפגעשטאַנען תיכף אין יענער שָעה, און האַבּן זיך אוּמגעקערט קיין ירוּשָלַיִם; און האַבּן געפוּנען די 11 פאַרזאַמלט אינאיינעם, און די וואָס זענען מיט זיי געווען, 34 וואָס האַבּן געזאָגט: הָאָדוֹן איז אָמֵן קם מן המתים, און האָט זיך בּאַוויזן צוּ שִמעוֹן [כֵּיפָא] ! 35 און זיי אליין האַבּן דערציילט, וואָס סע האָט זיך געטראָפן אויפן דֶּרֶךְ, און וויאַזוי ער אנטפלעקט זיך בּיי בּציעת די מַצה. 36 און ווען זיי האַבּן גערעדט וועגן די דאַזיקע זאַכן, איז ער אַליין געשטאַנען אין דער מיט צווישן זיי, און האָט צוּ זיי געזאָגט: שָלום-עַלֵיכֶם! 37 אָבּער זיי האַבּן זיך דערשראָקן און מוֹרא געהאַט, און געמיינט, אַז זיי זעען אַ רוּחַ רפאים. 38 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: וואָס זענט איר דערשראַקן, און פאַרוואָס דערוועקן זיך מַחשָבות אין אייער לבָבוֹת? 39 הִנֵּה מיינע הענט און מיינע רגלים, אַז דאָס בּין איך אַליין [זען תהלים 22:17]; רירט מיך אַן און זעט; מחמת אַ רוּחַ רפאים האָט נישט קיין בּשר און עצמות, ווי איר זעט, איך האַבּ. 40 און ווען משיח האָט דאָס געזאָגט, האָט ער זיי געוויזן זיינע הענט און זיינע רגלים [תהלים 22:17]. 41 און ווען זיי האַבּן נאָך כל נישט געגלויבּט פאַר שִׂמְחָה, און האַבּן זיך געחִידושט, האָט ער צוּ זיי געזאָגט: האָט איר דאָ עפּעס צוּ עסן? 42 און זיי האָבּן אים געגעבּן אַ שטיקל געבּראָטן דָּג. 43 און ער האָט עס גענוּמען און האָט עס געגעסן פאַר זייערע אויגן. 44 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: דאָס זענען מיינע דברים, וואָס איך האָבּ צוּ אייך גערעדט, בּשעת איך בּין נאָך געווען מיט אייך [זען ישעיהו 7:14], אַז כל מוּז מקוּים ווערן, וואָס סע שטייט געשריבּן אין תּוֹרַת-מֹשה, און אין די נבִיאים, און אין תּהִלים וועגן מיר. 45 דעמלט האָט ער געעפנט זייער פאַרשטאַנד, כּדי זיי זאָלן פאַרשטיין די כִּתבֵי-הַקוֹדֶש, 46 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: אַזוי שטייט געשריבּן, אַז דער רֶבּי מלך המָשיחַ זאָל ליידן, און דעם יום השלישי ווידער אויפשטיין תּחִיָת-המֵתים; 47 און אַז תּשוּבה און סְלִיחַת-עוֹנות זאָלן געדַרשנט ווערן אין שמוֹ [זען יהושע 12-6:11] צוּ כל אוּמות, אָנהויבּנדיק פוּן ירוּשָלַיִם. 48 איר זענט אויגן-אֵדות פוּן די דאָזיקע זאַכן. 49 און הנה שיק איך אַרויס אויף אייך די הַבטָחה פוּן מיין אלוקים הָאָב [זען מהש 21-2:1 ;1:5]; און איר זאָלט מאכן אִחוּר אין דער עיר, בּיז איר וועט אנגעקליידט ווערן מיט גבורה פוּן אויבּן. 50 און ער האָט זיי אַרויסגעפירט בּיז אַנטקעגנאיבּער בֵּית-הִיני, און ער האָט אויפגעהויבּן זיינע הענט, און האָט זיי געבּענטשט. 51 און עס איז געווען, ווען ער האָט זיי געבּענטשט, האָט ער זיך אָפּגעשיידט פוּן זיי, און איז אַרויפגענוּמען געוואָרן אין שָמַיִם אַריין. 52 און זיי האָבּן אנידערגעפאלן פאַר אים, און גאָבּן זיך אוּמגעקערט קיין ירוּשָלַיִם מיט שִׂמְחָה גָּדוֹל, 53 און זיי זענען שטענדיק געווען אין דעם בֵּית-הַמִקדש זאָגנדיק בּרוּך ה'!

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 23
Top of Page
Top of Page