Mark 14
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס14

יד און עס איז געווען 2 טעג פאַר פֵּסח און חַג-הַמַצות. און די ראָשי-כֹּהַנים און די סוֹפרים [רַבָּנִים] האָבּן געזוּכט וויאַזוי אים צוּ כאַפּן מיט עָרְמָה, און אים טייטן. 2 אָבּער זיי האָבּן געזאָגט: נישט אוּם יום-טוֹב, טאָמער וועט ווערן אַ מהוּמה בָּעָם. 3 און ווען ער איז געווען אין בֵּית-הִינִי, און איז געזעסן בּיים טיש אין דעם בֵּית פוּן שִמעוֹן המצורע, איז געקוּמען אַן אִשָּה, וואָס האָט געהאַט אַן אַלאַבּאַסטער קריגל מיט זייער טייערן זאַלבּאייֵל פוּן ריינער נאַרד; און זי האָט צעבּראָכן דאָס קריגל, און עס אויסגעגאָסן אויף משיחס קאָפּ. 4 און דאָרטן זענען געווען עטלעכע, וואָס זענען געווארן צארנדיק צווישן זיך: פארוואס די דאָזיקע פארשווענדונג פוּן דעם זאַלבּאייֵל? 5 מע האָט דאָך דעם זאַלבּאייֵל געקענט פאַרקויפן פאַר מער ווי 300 דינָרים, און עס געבּן צוּ די עֲנִיּים; און זיי האָבּן געמוּרמלט קעגן איר. 6 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: לאָזט זי געמאַך; וואס פארשאפט איר איר עגמת נפש? זי האָט מיט מיר געטאָן מעשה טוֹב. 7 מחמת די עֲנִיּים האָט איר תָּמיד מיט זיך, און ווען נאָר איר ווילט, קאָנט איר זיי טאָן גוּטס; מיך אָבּער וועט איר תָּמיד נישט האָבּן. 8 זי האָט געטאָן וואָס זי האָט געקענט; זי האָט געזאַלבּט מיין גוף פאָרויס צוּ קבוּרה [זען מרק' 16:1-15:47; ישעיהו 53:9]. 9 און אָמֵן, איך זאָג אייך, וואוּ נאָר די בּשׂוּרת הגאוּלָה וועט געדַרשנט ווערן אין דער בּכל העולם, וועט אויך דאָס, וואָס זי האָט געטאָן, דערציילט ווערן אין זיכרון פון איר. 10 און יהוּדה אִיש-קרִיות, איינער פוּן די 12, איז אַוועקגעגאַנגען צוּ די ראָשי-כֹּהַנים, כּדי אים איבערצוגעבּן צוּ זיי. 11 און ווען זיי האָבּן דאָס געהערט, זענען זיי געוואָרן מָלא-שִׂמְחָה, און האָבּן אים צוּגעזאָגט צוּ געבּן געלט. און ער האָט געזוּכט אַ פאַסיקע געלעגנהייט, אים צוּ פאַרראָטן. 12 בָּרִאשון לחג המצות, ווען מען האט געשחטן [שחיטה אין בית המקדש פאר מועד זבח] דעם קָרבּן-פֶּסַח, האָבּן משיחס תּלמידים צוּ אים געזאָגט: וואוּ ווילסטוּ, אַז מיר זאָלן גיין און צוגרייטן, כּדי דוּ זאָלסט עסן דאס קָרבּן-פֶּסַח? 13 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געשיקט 2 פוּן משיחס תּלמידים, און האָט צוּ זיי געזאָגט: גייט אין דער שטאָט אַריין, און דאָרט וועט אייך בּאַגעגענען אַ בן אדם, וואָס טראָגט אַ כַּד מַיִם; גייט אים נאָך. 14 און וואוּ ער וועט ארייַנגיין, זאָלט איר זאָגן צוּם בַּעל-הבָּית: רַבֵּנוּ זאָזט: וואוּ איז מיין מקום לינה, וואוּ איך זאָל עסן דעם קָרבּן-פֶּסַח מיט מיינע תַּלמידים? 15 און ער וועט אייך ווייזן עֳלִיָּה גדולה, אויסגעשטאט מיט הסב-בעטן, פערטיק; און דאָרטן איר צוגרייטן פאַר אוּנדז. 16 און משיחס תַּלמידים זענען געגאַנגען, און זענען אָנגעקוּמען אין דער שטאָט אַריין, און האָבּן געפוּנען אַזוי ווי רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט; און זיי האָבּן אָנגעבּרייט דעם קָרבּן-פֶּסח. 17 און ווען עס איז געוואָרן אָוונט, איז רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען צוּגיין מיט די 12. 18 און ווען אין אַ יחידות זיי האבן זיך אנגעלענט און געגעסן, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: אָמֵן, איך זאָג אייך, איינער פוּן אייך וועט מיך פאַרראָטן, דער, וואָס עסט מיט מיר [זען תהלים 41:10]! 19 און אנגעהויבּן זיי האָבּן עָגְמַת נֶפֶש, און איינער נאָכן אַנדערן האָט אָנגעהויבּן צוּ אים זאָגן: דאָך נישט איך? 20 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: איינער פוּן די 12, דער, וואָס טוּנקט איין מיט מיר אין דער קְעָרָה [זען שמות 12:8]. 21 יאָ, דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבּן וועגן אים; אָבּער וויי צוּ יענעם בן אדם דוּרך וועמען דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] ווערט פאַרראָטן! בּעסער וואָלט פאַר יענעם בן אדם געווען, אויבּ ער וואָלט נישט געבּוירן געוואָרן [זען עונש עולָם ישעיהו 66:24; דניאל 12:2]! 22 און בּשעת זיי האָבּן געגעסן, האָט ער גענעמען מַצה, און האָט געמאַכט המוציא, און זי צעבּראָכן און זיי געגעבּן, און געזאָגט: נעמט; דאָס איז מיין בָּשָׂר [זען שמות 12:8; ישעיהו 53:7]. 23 און ער האָט גענעמען אַ כּוֹס, און האָט אַ בּרָכה געמאַכט, און אים זיי געגעבּן, און זיי האָבּן כל פוּן אים געטרוּנקען. 24 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: הנה דם הברית [שמות 24:8] דאָס איז מיין דָּם [זען ישעיהו 53:7] פוּן דעם בְּרִית חָדָשָה [ירמיהו 31:30], וואָס ווערט פאַרגאָסן פאַר רבים [זען ישעיהו 53:11]. 25 אָמֵן, איך זאָג אייך: איך וועל מער נישט טרינקען פוּן דער פרי הגפן, בּיז יוֹם ההוא, ווען איך וועל עס טרינקען חָדָש אין דעם מַלכות ה'. 26 און ווען זיי האָבּן אָפּגעזוּנגען הַלֵל, זענען זיי אַרויסגעגאַנגען צוּ דעם הַר-הַזֵיתים. 27 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: איר אלע וועט געשטרויכלט ווערן, מחמת סע שטייט געשריבּן: אַכֶה אֶת־הָרֹעֶה ותְפוצֶיןָ הַצֹאן [זען זכריה 13:7]. 28 אַבּער נאָך מיין תְּחִיַּת [המשיח, זען תהלים 16:10; ישעיהו 53:10], וועל איך אייך פאָרויסגיין קיין גָלִיל [זען מרק' 16:7]. 29 האָט כֵּיפָא צוּ אים געזאָגט: אויבּ אַפילו כל זאָלן געשטרויכלט ווערן, וועל איך דאָך נישט. 30 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: אָמֵן, איך זאָג דיר, אַז הייַנטיקע לַיְלָה נאָך, איידער דער תרנגוֹל וועט 2 מאָל קרייֵען, וועסטוּ מיך 3 מאָל פאַרלייקענען! 31 אַבּער ער האָט גערעדט נאך אייפריקער: אויבּ אַפילו איך מוּז שטאַרבּן מיט דיר, וועל איך דיך דאָך נישט פאַרלייקענען, און דעסגלייכן האָבּן זיי כל געזאָגט. 32 און זיי זענען געקוּמען אויף אַ פּלאַץ, וואָס האָט געהייסן גַת-שמָנֵי; און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט צוּ משיחס תּלמידים: זעצט אייך דאָ אַנידער, בּיז איך דאווענען . 33 און ער האָט מיט זיך גענעמען כֵּיפָא, און יַעקֹבן, און יוֹחָנָן, און ער האָט אָנגעהויבּן צו ציטערן און פלאטערן מיט עָגְמַת נֶפֶש. 34 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: אויף מיין נשָמה איז מיר מָרָה, בּיז צוּם מָוֶת; בּלייבּט דאָ, און וואַכט. 35 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַפּגעגאַנגען אָבּיסל ווייטער, און איז געפאַלן אויף דער ערד, און האָט דאווענען געווען, אַז אויבּ מעגלעך, זאָל די שָעה אים פאַראיבּערגיין. 36 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: אלוקים אָבִי, אַבָּא, כל איז מעגלעך בּיי דיר; נעם צוּ דעם דאָזיקן כּוֹס פוּן מיר; דאָך נישט ווי איך וויל, נייערט ווי דוּ ווילסט. 37 און רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען און האָט זיי געפינען שלאָפנדיק, און ער האָט געזאָגט צוּ כֵּיפָא: שִמעוֹן, דוּ שלאָפסט? האָסטוּ נישט געקענט וואַכן איין שָעה? 38 וואַכט און דאווענען , כּדי איר זאָלט נישט קוּמען צוּ קיין נסָיון. דער רוּחַ איז טאַקע וויליק, אָבּער דאָס פלייש איז שוואַך [זען רומ' 7:18]. 39 און רבי מֵלך המָשיחַ איז ווידער אַוועקגעגאַנגען און האָט געדאַוונן , זאגנדיק די זעלבּיקע דבָרים. 40 און ווען ער איז ווידער געקוּמען, און האָט זיי געפינען שלאָפנדיק, מחמת זייערע אויגן זענען געווען שווער; און זיי האָבּן נישט געוואוּסט וואָס אים צוּ ענטפערן. 41 און רבי מֵלך המשיח איז געקוּמען צוּם 3טער מאָל, און האָט צוּ זיי געזאָגט: טוּט איר נאָך כל שלאָפן און רוּען? עס איז גענוּג; די שָעה איז געקוּמען; הִנֵּה, דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] ווערט איבּערגעגעבּן צו בּעלי עבֵירה אין די הענט אריין. 42 שטייט אויף, לאָמיר גיין; הנה קוּמט מיין מָסור אָן. 43 און תֵיכּף, ווען ער האָט נאָך גערעדט, איז אָנגעקוּמען יהוּדה, איינער פוּן די 12, און מיט אים אַ גרויסער הַמוֹן מיט חרָבוֹת און מיט מקלות, פוּן די ראָשי-כֹּהַנים, און די סוֹפרים [רַבָּנִים], און די זקֵנים. 44 און דער פאררעטער האָט זיי געגעבּן אַ סִימן און געזאָגט: וועמען איך וועל אַ קוּש טאָן, דער איז עס. נעמט אים, און פירט אים זיכערן אַוועק. 45 און ווען ער איז געקוּמען, איז ער תיכף צוּ אים צוּגעגאַנגען, און געזאָגט: רֶבּי! און האָט אים געקוּשט. 46 און זיי האָבּן אַרויפגעלייגט זייערע הענט אויף אים, און האָבּן אים גענוּמען. 47 אָבּער איינער פוּן די, וואָס זענען דערבּיי געשטאַנען, האָט אַרויסגעצויגן זיין חֶרֶב, און האָט געשלאָגן דעם עֶבֶד פון כֹּהן-גָדוֹל, און אים אָפּגעהאַקט אַן אויער. 48 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: זענט איר אַרויסגעקוּמען ווי קעגן א שוֹדֵד, מיט חרָבוֹת און מקלות מיך צוּ כאַפּן? 49 יוֹם יוֹם בּין איך געווען מיט אייך אין בֵּית-הַמִקדש און האָבּ געלערנט תּוֹרה, און איר האָט מיך נישט גענוּמען. נאָר עס איז כדי די כִּתבֵי-הַקוֹדֶש זאָלן דערפילט ווערן [ישעיהו 12-53:7]. 50 און זיי האָבּן אים כל פאַרלאָזט און זענען אַנטלאָפן. 51 און איינער אַ בחור איז אים נאָכגעגאַנגען, וואָס האָט געטראָגן אַ לייַוונט ליילעך טוֹגָה איינגעהילט אויף נאַקעטן לייבּ, און אים האָבּן זיי געכאַפּט; 52 אָבּער ער האָט געלאָזן דאָס לייַוונט טוֹגָה, און איז אַנטלאָפן אַ נאַקעטער [זען מהש 12:12,25; 13:5,13; 15:37,39; קול' 4:10; טימב 4:11; פילמ' 24; כיפא א 5:13]. 53 און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ אַוועקגעפירט צוּם כֹּהן-גָדול; און סע האָבּן זיך בּיי אים פאַרזאַמלט כל ראָשי-כֹּהַנים, און די זקֵנים, און די סוֹפרים [רַבָּנִים]. 54 און כֵּיפָא איז אים נאָכגעגאַנגען פוּן דערווייַטן, בּיז אינעווייניק אין הויף אַריין פוּן דעם כֹּהן-גָדול; און ער האָט זיך געזעצט מיט די משרתים, און האָט זיך געוואָרעמט בּיים אֵש. 55 און די ראָשי-כֹּהַנים און דער כל סַנהֶדרין האָבּן געזוּכט עֵדות קעגן רבי מֵלך המָשיחַ, כּדי אים צוּ טייטן; און האָבּן נישט געפוּנען. 56 מחמת א סך האָבּן קעגן אים עֵדות שֶקֶר געזאָגט, אָבּער זייער עֵדות-זאָגן האָט נישט איבּעראיינגעשטימט. 57 און עטלעכע זענען אויפגעשטאַנען, וואָס האָבּן אָפּגעלייגט עֵדות שֶקֶר קעגן רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן געזאָגט: 58 מיר האָבּן אים געהערט זאָגן: איך וועל חָרוֹב מאַכן דעם דאָזיקן הֵיכל, וואָס איז געמאַכט מיט הענט, און אין 3 ימים וועל איך אויפבּויען אַן אַנדערן, וואָס איז נישט געמאַכט מיט קיין הענט. 59 און אַפילו אין דעם האָט זייער עֵדות-זאָגן נישט איבּעראיינגעשטימט. 60 און דער כֹּהן-גָדול איז אויפגעשטאַנען צווישן זיי, און האָט געפרעגט רבי מֵלך המָשיחַ: דוּ ענטפערסט גאָרנישט? וואָס מיינט דאָס, וואָס די דאָזיקע זאָגן עֵדות קעגן דיר? 61 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געשוויגן [זען ישעיהו 53:7], און האָט גאָרנישט געענטפערט, און דער כֹּהן-גדול האָט אים ווידער געפרעגט: בּיסטוּ דער רֶבּי מֵלך המָשיחַ, דער זוּן פון דער אויבּערשטער [זוּן פון הקדוש בּרוך הוא]? 62 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: אני הוא. ואתם תראו את בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] יושב לימין הגבורה [תהלים 110:1], ובא עם ענני השמים. 63 און דער כֹּהן-גדול געמאכט די קריעה פון זיינע קליידער, און געזאָגט: צוּ וואָס דאַרפן מיר נאָך עֵדות? 64 אָט האָט איר געהערט די גִדוּף; וואָס איז אייער דֵעה? און זיי האָבּן אים כל פאָרמִשפּט: ער איז חַייב-מִיתה. 65 און עטלעכע האָבּן אָנגעהויבּן אויף אים שפּייען, און אים פאַרהילט דאָס פָּנים, און אים געשלאָגן מיט די פויסטן, און צוּ זאָגן צוּ אים: זאָג נבִיאות! און די משרתים האָבּן אים עמפאנגען מיט פּעטש [זען ישעיהו 50:6]. 66 און ווען כֵּיפָא איז געווען אוּנטן אין הויף, איז צוּגעגאַנגען איינע פוּן די דינסטמוידן פוּן דעם כֹּהן-גדול; 67 און אַז זי האָט געזען כֵּיפָא וואַרעמען זיך, האָט זי געקוּקט אויף אים, און געזאָגט: דוּ בּיסט אויך געווען מיט יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת. 68 אָבּער ער האָט געלייקנט, און געזאָגט: נישט איך ווייס, נישט איך פאַרשטיי, וואָס דוּ זאָגסט. און ער איז אַרויסגעגאַנגען אין דעם פאָרהויף, און דער תרנגוֹל האָט געקרייֵט. 69 און די דינסטמויד האָט אים געזען, און האָט ווידער אָנגעהויבּן זאָגן צוּ די, וואָס זענען דאָרט געשטאַנען: ער איז אויך איינער פוּן זיי! 70 אָבּער ער האָט עס ווידער געלייקנט. און אין אַ וויילע אַרוּם האָבּן די, וואָס זענען דאָרט געשטאַנען, ווידער געזאָגט צוּ כֵּיפָא: בּאמת, דוּ בּיסט איינער פוּן זיי; מחמת דוּ בּיסט אַ גלילי. 71 און כֵּיפָא האָט אָנגעהויבּן זיך צוּ פלוכן און צוּ שווערן: איך קען נישט דעם איש פוּן וועמען איר רעדט! 72 און תֵיכּף האָט דער תרנגוֹל געקרייֵט צוּם 2טער מאָל. און כֵּיפָא האָט זיך דערמאָנט דאָס דָּבָר, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: איידער דער תרנגוֹל וועט 2 מאָל קרייֵען, וועסטוּ מיך 3 מאָל פאַרלייקענען [זען מרק' 14:30]. און אַז ער האָט זיך דערין דערמאָנט, האָט כֵּיפָא זיך צעוויינט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 13
Top of Page
Top of Page