Mark 15
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס15

טו און תֵיכּף בבקר האָבּן די ראָשי-כֹּהַנים, מיט די זקֵנים און סוֹפרים [רַבָּנִים], און דער כל סַנהֶדרין זיך אַן עֵצה געהאַלטן, און זיי האָבּן געבּוּנדן מיט עֲקֵדָה רבי מֵלך המָשיחַ [בראשית 22:9], און האָבּן אים אַוועקגעפירט און אים איבּערגעענטפערט צוּ פִּילָטוֹס [ישעיהו 53:8]. 2 און פִּילָטוֹס האָט אים געפרעגט: בּיסטוּ דער מֵלך פוּן די ייִדן? האָט ער אים געענטפערט: דוּ זאָגסט עס. 3 און די ראָשי-כֹּהַנים האָבּן געבּרענגט א סך בּאשולדיקונגען קעגן אים. 4 און פִּילָטוֹס האָט אים נאָכמאָל געפרעגט: דוּ ענטפערסט גאָרנישט? הנה זע וויפל בּאשולדיקונגען זיי מאכן קעגן דיר! 5 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט מער גאָרנישט געענטפערט, אַזוי, אַז פִּילָטוֹס האָט זיך געחִידושט [זען ישעיהו 53:7]. 6 און אויף יום-טוֹב פלעגט ער זיי פרייַלאָזן געפאַנגענעם, וועמען זיי האָבּן בּאגערט. 7 און דאָ איז געווען איינער, וואָס האָט געהייסן בַּר-אַבָּא, וואָס איז געווען געפאַנגען מיט מוֹרדים, וואָס זענען בּאַגאַנגען אַ רצִיחה בּשעת דעם מֶּרֶד. 8 און דער הָמוֹן איז אַרויפגעגאַנגען און האָט אים אָנגעהויבּן צו פארלאנגען, אַז פּילָטוֹס זאָל טאָן ווי געווענלעך פאר זיי. 9 און פִּילָטוֹס האָט זיי געענטפערט: ווילט איר, אַז איך זאָל אייך בּאַפרייַען דעם מֵלך פוּן די ייִדן? 10 מחמת ער האָט דערקענט, אַז די ראָשי-כֹּהַנים האָבּן אים איבּערגעענטפערט צוּליבּ קִנאה. 11 אָבּער די ראָשי-כֹּהַנים האָבּן אונטערגעהעצט דעם הַמוֹן, אַז ער זאָל זיי ליבּערשט בּאַפרייען בַּר-אַבָּאן. 12 און פִּילָטוֹס האָט נאָכאַמאָל צוּ זיי געזאָגט: און וואָס זאָל איך טאָן מיט אים, וועמען איר רוּפט: מֵלך פוּן די ייִדן? 13 און האָבּן זיי ווידער אויסגעשריגן: אויפהענגע על-דער בּוֹים אים [זען דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ]. 14 און פִּילָטוֹס האָט צוּ זיי געזאָגט: פאַרוואָס, וואָסער רַע האָט ער געטאָן? אָבּער זיי האָבּן נאָך שטאַרקער געשריגן: אויפהענגע על-דער בּוֹים אים! 15 און אַזוי ווי פִּילָטוֹס האָט געוואָלט טאַן די געפעליקייט דעם הַמוֹן, האָט ער זיי בּאַפרייט בַּר-אַבָּאן, און רבי מֵלך המָשיחַ האָט ער געלאַזט שמייַסן [זען ישעיהו 53:5], און אים איבּערגעענטפערט אויפהענגע על דער בּוֹים צוּ ווערן. 16 און די חיָּלים האָבּן אים אַוועקגעפירט אין דעם הויף אַריין פוּן דעם פרעטאָריוּם, און האָבּן צוּנויפגערוּפן דאָס כל גדוד. 17 און זיי האָבּן אים אָנגעטאָן אַ פוּרפוּר בּעקעטשע און האָבּן אויסגעפלאָכטן אַן עֲטָרָת פוּן דערנער, און האָבּן אנגעהויבּן אים צו בּאגריסן. 18 און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ אָנהויבּן בּאַגריסן: שָלום, מֵלך פוּן די ייִדן! 19 און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ געשלאַגן איבּערן קאָפּ טיט אַ רוּט, און געשפּיגן אויף רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן אנידערגעפאלן צוּ אים און זיך געבּוקט צו אים [זען ישעיהו 50:6]. 20 און אַזוי ווי זיי האָבּן רבי מֵלך המשיח אָפּגעשפּעט, האָבּן זיי פוּן אים אַראָפּגענוּמען דעם פּוּרפּוּר בּעקעטשע, און אים אָנגעטאָן משיחס מלבּוּשים. און זיי האָבּן אים אָרויסגעפירט כדי אים צו אויפהענגע דער בּוֹים. 21 און זיי האָבּן געצוואוּנגען איינעם אַ פאַרבּייַגייער, שִמעון פוּן קוּריני, וואָס איז געקוּמען פוּן שָׂדֶה, דעם אָב פוּן אַלֶקסַנדר און רוּפוּס [זען רומ' 16:13], צוּ טראַגן משיחס בּוים [מתי 16:24; לוקס 9:23]. 22 און זיי האָבּן אים געבּראַכט צוּ אַ פּלאַץ, וואָס האָט געהייסן גָלגָלתָּא, דאָס הייסט: דער פּלאַץ פון דער שאַרבּן. 23 און זיי האָבּן אים געגעבּן וויין געמישט מיט מירע; וואס רבי מֵלך המשיח האָט נישט גענוּמען. 24 און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ אויפהענגע על-דער בּוֹים, און האָבּן צווישן זיך צעטיילט משיחס מלבּוּשים, וואַרפנדיק גוֹרל אויף זיי, וואָס יעדער זאָל נעמען. 25 און עס איז געווען די 3טער שָעה, און זיי האָבּן אים אויפהענגע על-דער בּוֹים [זען תהלים 17-22:14]. 26 און אויף דער אויפשריפט פוּן זיין בּאַשוּלדיקוּנג איז געווען געשריבּן: דער מֵלך פוּן די ייִדן. 27 און צוּזוַמען מיט אים האָבּן זיי אויפהענגע על-דער בּוֹים 2 שוֹדדים, איינעם מימינו, און איינעם משמואלו. 28 און עס איז מקוּים געוואָרן דער פָּסוק, וואָס זאָגט: וְאֶת פוֹשְעִים נִמְנָה [ישעיהו 53:12]. 29 און די פאַרבּייַגייער האָבּן אים געלעסטערט, און האָבּן געשאַקלט מיט זייערע קעפּ, און געזאָגט: האַ! דוּ, וואָס צעשטערסט דעם הֵיכל, און טוּסט אים אויפבּויען אין 3 ימים. 30 ראַטעווע דיך אליין, און קוּם אַראָפּ פוּן דעם בּוים! 31 און אַזוי האָבּן אויך די ראָשי-כֹּהַנים מיט די סוֹפרים [רַבָּנִים] פוּן אים אָפּגעשפּעט, און געזאָגט: אחרים הושיע, את עצמו איננו יכול להושיע? 32 דער רבֶּי מֵלך המָשיחַ, דער מֵלך פוּן יִשׂרָאל איז ער! זאָל ער איצט אַראָפּקוּמען פוּן דעם בּוים, אַז מיר זאַלן זען און גלויבּן. און אויך די, וואָס זענען מיט אים אויפהענגע על-דער בּוֹים געוואָרן, האָבּן אים מבַזה געווען. 33 און ווען עס איז געקוּטען די 6טער שָעה, איז געוואָרן אַ חֹשֶךְ איבּער דעם כל הארץ, בּיז דער 9טער שָעה [זען עמוס 8:9]. 34 און אין דער 9טער שָעה האָט רבי מֵלך המָשיחַ געשריגן מיט אַ הויך קוֹל : אֱלָהִי, אֱלָהִי, לְמָה שְבַקתָּני? וואָס בּאַטייַט: מיין אלוקים , מיין אלוקים, פאַרוואָס האָסטוּ מיך פְאַרלאָזן [תהלים 22]? 35 און עטלעכע פוּן די, וואָס זענען דערבּיי געשטאַנען, און האָבּן עס געהערט, האָבּן געזאָגט: הִנֵּה, ער רוּפט אֵלִיָהוּ הנביא. 36 און איינער איז געלאָפן, און האָט אָנגעפילט אַ שוואָם מיט עסיק [זען חומץ, תהלים 69:22], און האָט אים אַרויפגעטאָן אויף אַ שטעקן, און אים געגעבּן צוּ טרינקען, און געזאָגט: לאָזט נאָך, לאָמיר זען, צוּ אלִיָהוּ הַנָביא וועט קוּמען אים אַראָפּנעמען. 37 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אַרויסגעלאָזט אַ הויך קוֹל, און האָט אויסגעהויכט די נשָמה. 38 און דאָס פָּרוֹכֶת פוּן דעם הֵיכל איז צעריסן געוואָרן אין 2, פוּן אויבּן בּיז אַראָפּ. 39 און אַז דער צנטוריון (שר המאה), וואָס איז געשטאַנען קעגנאיבּער אים, האָט געזען, אַז ער האָט אויסגעהויכט די נשָמה, האָט ער געזאָגט: האיש הזה איז בּאמת געווען דער זוּן פון דער אויבּערשטער! 40 און דאָרט זענען אויך געווען נָשים, וואָס האָבּן זיך צוּגעקוּקט פוּן דער ווייַטנס; צווישן זיי מִריָם פוּן מַגדָלָה, און מִריָם אֵם יָעקֹב הקָטן און יוֹסי, און שלוֹמית [תהלים 38:12], 41 וואָס זענען אים נאָכגעגאַנגען, ווען ער איז געווען אין גָלִיל, און האָבּן אים בּאַדינט; און אויך רבים אַנדערע נָשים, וואָס האָבּן מיט אים עוֹלה-רֶגל געווען קיין ירוּשַלָיִם. 42 און ווען עס איז שוין געוואָרן אָוונט, און ווייל עס איז געווען ערב שבּת, דאס הייסט טאָג פאַר שַבּת, 43 האָט יוֹסף איש רָמָתַים, אַ חשובער חֲבֵר סנהדרין, וואָס האָט אַליין אויך געוואָרט אויף דעם מַלכות ה', זיך אָנגעטאָן אַ כּוֹח און איז אַרייַנגעגאַנגען צוּ פּילָטוֹס, און האָט געבּעטן דעם גּוּפָה פוּן רבי מֵלך המָשיחַ [זען ישעיהו 53:9]. 44 און פִּילָטוֹס האָט זיך געחִידושט, וואָס ער איז שוֹין נִפְטָר, און ער האָט געלאָזט רוּפן דעם צנטוריון [שַׂר הַמֵּאָה], און האָט אים געפרעגט, צי ער איז שוין לאַנג נִפְטָר. 45 און אַז ער איז דאָס געוואָרן געוואָרן פוּן דעם צנטוריון [שַׂר הַמֵּאָה] האָט ער יוספן געשענקט דעם גְּוִיָּה [זען בראשית 47:18]. 46 און ער האָט געקויפט לייָנוונטע תּכרִיכים, און האָט אים אַראָפּגענוּמען און אייַנגעוויקלט אין די תּכרִיכים, און אים אַרייַנגעלייגט אין אַ קֵבר, וואָס איז געווען אויסגעהאַקט אין אַ פעלזן; און ער האָט צוּגעקייַקלט אַ שטיין צוּ דער פִּי הַקֶּבֶר [זען ישעיהו 53:9]. 47 און מִריָם פוּן מַגדָלָה, און מִריָם אֵם יוֹסין, האָבּן געזען [ווי חֶבְרָה קַדּישָה אויג עדות] וואוּ מע האָט אים געלייגט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 14
Top of Page
Top of Page