2 Thessalonians 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
תֶּסָּלב

תֶּסָּלב1

א רַב שָאוּל, און סילוואַנוּס [סִילָא, זען מהש 16:19], און טִימוֹתֵיאוֹס, צוּ משיחס ברית החדשה קהִילה פוּן די טעסאַלאָניקער אין ה', אלוקים אָבִינו, און הָאָדוֹן רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע: 2 חֶסֶד ה' צוּ אייך און שָלום [זען רומ' 5:1] פון אלוקים הָאָב, און הָאָדוֹן [זען מלאכי 3:1; תהלים 110:1] רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 3 מיר זענען מחוּיב תָּמיד צוּ זאגן ברוך ה' פאַר אייך, אַחִים במשיח, ווי עס פּאַסט זיך, ווייל אייער גלויבּן וואַקסט זייער שטאָרק, און די אַהֲבָה פוּן יעדן איינעם פוּן אייך מערט זיך פוּן איינעם צוּם אַנדערן 4 אַזוי, אַז מיר אַליין רימען זיך מיט אייך אין משיחס בְּרִית חֲדָשָה קהִילות, די קהִילות פוּן ה', איבּער אייער סַבלָנות און [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה אין אלע אייערע רדִיפות און צָרות, וואָס איר טראָגט איבּער; 5 דאָס איז אַן אָפענער צייכן [אוֹת] פוּן דעם מִשפּט הַצּוֹדֵק פוּן ה', כּדי איר זאָלט גערעכנט ווערן צוּ זיין רָאוּי פאַר דעם מַלכות ה', פאַר וועלכן איר טוּט אויך ליידן; 6 ווייל עס איז דאָך אַ גערעכט זאַך בּיי ה' צוּ פאַרגעלטן צרות צו די, וועלכע טון אייך אָן צרות, 7 און צו אייך, די געפּייניקטע, מנוּחה מיט אוּנדז, בּיי דער הִתְגַּלּוּת פוּן הָאָדוֹן יהושע/ישוע פוּן הימל מיט די מַלאָכים פוּן זיין מאַכט אין פלאַמיקן אֵש [זען ישעיהו 66:15], 8 ווען ער וועט פאַרגעלטן נקָמה צוּ די, וואָס קענען נישט ה', און זענען נישט געהאָרכזאַם צו די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן אֲדוֹנֵנוּ יהושע/ישוע. 9 זיי וועלן ליידן די שטראָף פוּן [גֵיהִנּוֹם] אייבּיקער פאַרדאַרבּוּנג פוּן פאַר דעם פָּנים פוּן הָאָדוֹן און פוּן דער כבוד פוּן זיין מאַכט, 10 ווען ער וועט קוּמען פאַרהערלעכט צוּ ווערן בּיי זיינע קדוֹשִים, און ווערן בּאַוואוּנדערט פוּן אַלע משיחיסט מאמינים -- ווייל אוּנדזער עֵדות-זאָגן איז פון אייך געגלויבּט געוואָרן -- בּיוֹם ההוא [זען ישעיהו 2:11]. 11 דערפאַר זענען מיר אויך תָּמיד דאווענען תפילות פאַר אייערטוועגן, אַז אלוקינו זאָל אייך האַלטן צוּ זיין רָאוּי פון דעם בּאַרופוּנג, און זאָל דערפילן מיט מאַכט יעדן בּאַגער פוּן גוּטסקייט און טוּאוּנג פוּן [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, 12 כּדי דער נאָמען פוּן אֲדוֹנֵנוּ יהושע/ישוע זאָל פאַרהערלעכט ווערן אין אייך, און איר אין אים, לויט דעם חֶסֶד פוּן אלוקינו און הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Thessalonians 5
Top of Page
Top of Page